בלאט 1 פון 5

וואס טוסטע יעצט?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:03 am
דורך זר זהב
אבער טאקע ממש 'איצט'

לכבוד'ן נייעם יאר עפענעך אזא אשכול וואו מ'זאל שרייבן -אויב מ'וויל - וואס איר טוט אויפ'ן מינוט. ס'מאכט דעם עולם מער סאשעלייזן. איז אזוי, איך גיי מיך יעצט וואשן פאר מ"מ, ס'לעצטע מ"מ פון דעם יאר. די פיש וועלכער איז גראדע גאר גוט געלונגען מיט די חריף ווארטן שוין אויף מיר.
החל עלינו את השנה הבאה לקראתינו לשלום.

וואס טוסטי יעצט?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:35 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:אבער טאקע ממש 'איצט'

לכבוד'ן נייעם יאר עפענעך אזא אשכול וואו מ'זאל שרייבן -אויב מ'וויל - וואס איר טוט אויפ'ן מינוט. ס'מאכט דעם עולם מער סאשעלייזן. איז אזוי, איך גיי מיך יעצט וואשן פאר מ"מ, ס'לעצטע מ"מ פון דעם יאר. די פיש וועלכער איז גראדע גאר גוט געלונגען מיט די חריף ווארטן שוין אויף מיר.
החל עלינו את השנה הבאה לקראתינו לשלום.

וואס טוסטי יעצט?

אט דאס זעלבע וואס דו טוסט. ליינען און שרייבן אין קאווע שטיבל. דער חילוק איז, אז איך האב מיך שוין געוואשן און טועם געווען א כזית חלה. פאר טרינקען די קאווע בין איך געגאנגען צו די קאווע שטיבל.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:39 am
דורך לאדיך אפ
איך כאפ יעצט א ציגערעטל אויפן פארטש.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:47 am
דורך זר זהב
מארלבארא? פארלאמענט?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:26 am
דורך זר זהב
כ'גיי שלאפן

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 7:04 am
דורך a1b2
איך גרייט מיר צום לעצטן שחרית פין יאר
איך האף אז איך האב מיר ביי סליחות
יעצט אויסגעבעטן א גוט געבענטשט יאר
און ענק אלע און גאנץ כלל ישראל
אין א שנת גאולה שלימה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:05 pm
דורך זר זהב
כ'גיי זאגן סליחות

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:28 pm
דורך NAVY SEAL
איך האלט אינמיטן שלאפן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:46 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:כ'גיי זאגן סליחות


מאכסט שוין ווייטער א וויץ?
ערב ראש השנה זאגסטו סליחות נאך חצות היום?.....

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:50 pm
דורך לאדיך אפ
זר זהב האט געשריבן:מארלבארא? פארלאמענט?

ס'געווען א פרלמנט. די דינע. מיין אשת חבר זאגט אז סשמעקט ווייניגער ווי די מרלבורו.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:33 pm
דורך גאלד
איך גיי יעצט שנייד די גאלדענע רענדלעך, (זיסע מעהרן אדער צימעס)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:45 pm
דורך זר זהב
שמעקעדיג האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:כ'גיי זאגן סליחות


מאכסט שוין ווייטער א וויץ?
ערב ראש השנה זאגסטו סליחות נאך חצות היום?.....

נישט געמאכט א וויץ.
איך בין נישט אן עמאציענאלער מענטש, כ'בין אויפגעשטאנען שפעט. וזה הוא.
TOO DAMN BAD

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:46 pm
דורך זר זהב
NAVY SEAL האט געשריבן:איך האלט אינמיטן שלאפן.

!!DON'T COMMENT AND SLEEP

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:47 pm
דורך זר זהב
כ'גיי יעצט אריינפארן צו די עלטערן אנווינטשן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 4:42 pm
דורך צדיקל
גיימיר כאפן א מקוה לכבוד יו"ט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 4:46 pm
דורך זר זהב
פארגעס נישט א שויער

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 4:47 pm
דורך זר זהב
אויש כאפארגעסן צו קויפן א מעסער. קען מען נאך ר"ה אויך?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:03 pm
דורך זר זהב
אין א דעספערט אטעמפט צו זוכן אביסל זכותים פאר'ן יום הדין, אימיר בייגעפאלן צו טוהן א גרינגע מצוה. איך האמיר גענומען פריער שיסן "לייקס" רענדאמלי רעכטס און לינקס. כ'בין אריין אין עטליכע אשכולים און געגעבן א לייק פאר יעדן ניק. איז עס אזוי שווער? -- אבער נעמט עס נישט אן אלץ אן אגרימענט צו וואס איז געשריבן געווארן אין יענע ספעסיפיק תגובה... -- אויב איינער האט נישט באקומען ביטע מעלד אין אישי.
זאל מיר די זכות ביישטיין.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:55 pm
דורך אויס מענטש
גיי מיר כפרות שלאגן
עס גייט זיין פאן
מיינע קינדערווייסן און ציילען מיט התלהבות אז איך דארף פינעף טשיקנס, און באמת גייט מען נעמען
7, "איזהו חכם הרואה את הנולד" עמיר זעהן וויאזוי איך וועל מיר אן עצה געבן מיט די מבול פון קשיות

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 4:41 pm
דורך זר זהב
זאג זיי אז דו האסט צופיל עבירות ווילסט זיין סעיף נעמסטע נאך א כפרה

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 4:48 pm
דורך יידל
זאג זיי אז עס איז א סגולה פאר א בעיבי.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 4:52 pm
דורך נפתלי
יידל האט געשריבן:זאג זיי אז עס איז א סגולה פאר א בעיבי.

זיי וועלן זעהן אז די סגולה ארבעט אזוי גוט וועלן זיי קומענדיגע יאר מיטשען אז ער זאל אויך היי יאר נעמען נאך צוויי כפרות, דערנאך וועלן זיי אנטראגן די סגולה פאר זייערע חבירים אין חדר... אפשר גאר עפענען א כולל כפרות....

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 4:53 pm
דורך יידל
וועט ער זאגן אז מ'טאר נישט עביוזן א סגולה...