בלאט 1 פון 2

די אויסגעצויגנע געדאוונאכטס

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:42 pm
דורך נולד מאוחר
לאמיר זיך נישט פאפן. א שיינער עולם האט נישט קיין געדולד צו דאווענען אזוי לאנג. א האלבע אדער כמעט א גאנצע טאג.
וואס קען מען טאן צו פארגרינגערן דעם מצב, מען זאל נישט זיין לאנגווייליג? ספעציעל נאכדעם וואס א מענטש שפירט אז מען האט עם שוין דן געווען. ס'שטייט דאך פון פריערדיגע אז דאס קען מען שפירן.

לאמיר הערן עצות. וועלכע בתי מדרשים דאווענט מען נישט אזוי לאנג?
אויב איז מען יא סטאק אין א לאנגע געדאווענאכטס, וואס טוט מען?

געהערט אז אין ווילי איז דא אוהב שלו', דארף זיין גאנץ געשיקט, אפשר לעצטענס איז דא א חזן. כ'בין נישט זיכער.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:53 pm
דורך שמעקעדיג
ווייז פארן באשעפער אז איינמאל דו האסט שוין יא א טאג פריי פון דאגות (שלאפן און שפאצירן קענסטו ממילא נישט) זיי כאטש מקיים דעם חז"ל "הלואי שיתפלל אדם כל היום".

אז עס איז דא א שיינער בעל תפלה, און דו קענסט אביסל דעם נוסח, אז דו גרייטסט זיך אן אביסל בעפאר יו"ט אדער אפילו בשעת מעשה טראכסטו אריין פירוש המילות, איז דער דאווענען מתוק מדבש! (דבש איז דאך א סימן אויף א זיס יאר..)
אז דו קענסט עס ממש נישט פארנעמען, נעם א ספר צו דער זייט, הלכות אדער ענינים פון ר"ה און די הייליגע טעג.

און אפילו דו שפירסט שוין אז מען האט דיר דן געווען (..? שוין, וואטעווער), זיי נישט אזוי סעלפיש, טראכט נישט נאר פון דיר, זיי מתפלל פאר כלל ישראל בכלליות, זיי ממליך הקב"ה אויף דיינע רמ"ח אברים ושס"ה גידים,
זיי מתפלל אויף משיח צדקנו, ער זאל שוין באקומען דעם אקעי פון הימל, צו קומען אונז אויסלייזן,
ס'זאל שוין נתגלה ווערן דער כבוד שמים על כל העולם כולו, יכירו וידעו כל יושבי תבל, די מלכיות זכרונות שופרות איז דאך אזוי זיס...

טינק עבאוט איט!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:14 pm
דורך יידל
כ'נעם אייביג מיט א ספר וועלכע איז ציענד און אינטערעסאנט און אין די צייטן ווען ס'ווערט שווער האב איך אין וואס עוסק צו זיין.

אגב, שמעקעדיג האט דערמאנט דעם הלואי שיתפלל אדם כל היום כולו. איך האב געהערט אמאל א פשט, אז סתם אזוי האבן מענטשן נישט קיין נערווען צו לערנען, אבער ביים דאווענען ווערט דער עולם ווארעם צו לערנען און סלערנט זיך גרינג. הדא הוא דכתיב "הלואי שיתפלל אדם כל היום כולו, אזוי וועלן מיר אלע לערנען פלייסיג אגאנצן טאג. ודפח"ח.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:25 pm
דורך אךשמח
דא האסטו א שטיקל וואס אונזער אלטער גוטער פריינט Baachi פון היידפארק האט אמאל געענטפערט פאר עמיצן מיט בערך די זעלבע שאלה:

דיין פראבלעם איז נישט דאווענען שטאט אדער שנעל
דיין פראבלעם איז דאווענען! PERIOD

אידען ווארטן א גאנץ יאהר זיך אויסצוגיסן דאס הארץ פאר'ן באשעפער, און דו גייסט דאס אפ פוטשען?

איך האב מורא אז דו האסט קיינמאהל נישט געזעהן קיין אמתדיגן, אמתדיגן דאווענען, ווי דער בעל שם זאגט בא אל התיבה, אריין צו גיין אינגאנצן אין דעם ווארט פון תפילה,

דו האסט דאס וועסט אמאהל געזעהן איין אמתדיגן דאווענען, ווי א איד (אדער אידענע...) לייגט ארויף דעם מחזור אויף דעהם פנים און ווערט איין שטיק מיט דעהם, איין שטיק תפילה, ווי דהע"ה זאגט "ואני תפילה".

די הערליכע נוסחאות פון די היילגע טעג, דאס עפענט דאך אויף א יידיש הארץ און מאכט דאס ווייך ווי פוטער, מען פילט אז מען האט א נשמה, מען רירט אהן דען חלק אלקי ממעל וואס יעדער איד פארמאגט, ווי קען מען דאס אפכאפן?

און טאמער פילסטו טאקע דאס נישט. ווי שטארק דארפסטו מתפלל זיין "מול את לבבנו לאהבה וליראה את שמך..."

גיי צו ר' ישראל דוד'ס שיעורים פון תפילה - אדער הער די טעיפס, שוין קרוב צו דריי הונדערט שיעורים און האלט ערשט מזמור לתודה.

דו פרעגסט ווי אזוי ווארפט מען אוועק א ירושה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:31 pm
דורך kliger
יידל האט געשריבן:כ'נעם אייביג מיט א ספר וועלכע איז ציענד און אינטערעסאנט און אין די צייטן ווען ס'ווערט שווער האב איך אין וואס עוסק צו זיין.

אגב, שמעקעדיג האט דערמאנט דעם הלואי שיתפלל אדם כל היום כולו. איך האב געהערט אמאל א פשט, אז סתם אזוי האבן מענטשן נישט קיין נערווען צו לערנען, אבער ביים דאווענען ווערט דער עולם ווארעם צו לערנען און סלערנט זיך גרינג. הדא הוא דכתיב "הלואי שיתפלל אדם כל היום כולו, אזוי וועלן מיר אלע לערנען פלייסיג אגאנצן טאג. ודפח"ח.

חתם סופר ליקוטים ברכות כא.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 3:13 pm
דורך נולד מאוחר
דער עולם געט מוסר מער ווי עצות. איטס נאט בעד.מוסר קען אויך אמאל מאכן א מענטש וועלען דאווענען לאנג.
איך זע אז קען ניצן אביסעל מוסר.

רוב מענטשען וואס דאווענען לאנג , האבן אזא כתה אלף רילעשען שיפ מיטען אויבערשטען.
מע גייט עם ווייזען ווי גוט מאיז איינמאל א יאר דורך דאווענען לאנג.
ווען איך טו עס פיעל איך ווי איך טריי אוסציפאפן איינעם וואס זעט נאר היינט און נאר פון אינדרויסען וואס דא גייט פאר.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:30 pm
דורך שמעקעדיג
דו קענסט די זעלבע זאך טענה'ן אויף די בתי מדרשים וועלכע פארלאנגען די פרויען צו קומען די ימים נוראים אינגאנצן באדעקט, ס׳קוקט אפשר אויס ווי מען פאפט השי"ת, אבער ס'איז נישט ריכטיג, פת פלטר און חלב עכו"ם וכדו' און נאך חומרות נעמען ערליכע אידן אויף זיך נאר אויף אלול און תשרי, ע"פ מטה אפרים ושאר פוסקים.

האב נישט קיין מורא, דער באשעפער ווייסט דיינע שוועריגקייטן א גאנץ יאר, ער בעט יעצט פון דיר פאר די פאר טעג זאלסט זיך אנשטרענגען, לטובתך, טו עס. מאך נישט אזויפיל חשבונות וואס פונקטליך השי"ת טראכט. פאלג וואס עס שטייט, ואז אשרי חלקך.

גוט יום טוב אלע אידן!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 6:17 pm
דורך געפילטע פיש
דער עולם איז ביזי מיט'ן זיך אויסבעטן א גוט יאר, דאס איז אלס זייער פיין און וואויל, אבער מ'מאכט א טפל פונעם עיקר, און א עיקר פונעם טפל. ראש השנה איז א טאג ווי מיר קליינע מענטשעלעך זענען ממליך דעם באשעפער אויף אלע עולמות, דער רבש"ע דער כל יכול ווארט אויף אונז אפגעפלאגטע אידן, מיט אלע אונזערע פראבלעמען און שוועריקייטן, אז מיר זאלן עם ממליך זיין, אמרו לפני מלכיות כדי שתמליכונו עליכם, קענען מיר פארשטיין פארוואס ער דארף אונז זאלן עם ממליך זיין? דער מלך מלכי המלכים דארף אז מיר בשר ודגים זאלן עם קאנפירמען אלס מלך?
ווען מ'טראכט אריין אין דעם אביסל, דאווענט זיך אינגאנצן אנדערש. ס'איז נישט דאס שאקלען און וויינען וואס ער דארף, נאר די ביסל מחשבה, אביסל כוונה, דעטס אלל הי נידס.

און אז מיר שטעלן עם ערשט, האפן מיר אז ער וועט אונז אויך שטעלן ערשט, און אונז פארשרייבן אויף א גוט געזונט יאר.

אז מ'דאווענט איז א פלאץ ווי ס'נעמט לענגער ווי די נערווען קענען פארטראגן, קען מען אריינבליקן אין א ספר, פארכאפן א שיח סוד מיט א שכן, מישן פאראויס אדער ריקווערטס צו עפעס א שיינע פיוט, ארויסגיין כאפן פרישע לופט, כאפן א דרימל אויפן סידור, אריינקוקן טעמי התקיעות וכו' וכו' דער עיקר איז צו זיין פרייליך, אויפגעמיטערט, אכלו משמנים, ושתו ממתקים, און זאלט איר אלע זוכה זיין להכתב ולהחתם לשנה טובה ומתוקה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 6:40 pm
דורך ידען
נישט פארגעסען מיטצונעמען די ציגערעטלעך.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 6:47 pm
דורך זר זהב
זר זהב האט געשריבן:זיי שפירען דעם צער פון כביכול וואס איז אזוי דערנידערט אין די גאנצע וועלט. זיי ווארטן שוין אויף דעם טאג ווען ס'וועט זיין "וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויבין כל יציר כי אתה יצרתו ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלוקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה" -- צי וויסטו וואס דאס מיינט? אלע אלע גויים מיט אלע זייערע פאלשע סייענטיסטן מיט אלע מוסילמענער איינגערדטע געצן דינער אלע אלע וועלן זיי זיין FOOLS!
פון א גשמיות'דיגן פוינט וואלטסטע אפילו געדאפט א טרער לאזן דא.
אגב, די אויבענדערמאנטע שטיקל פון ימים נוראים דאווענען איז מיין סאפט ספאט, נישט מי יחיה ומי ימות.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 10:21 pm
דורך משה רוקח
קענסט גיין קיין גער דאווענען.
איך הער זיי האבן געענדיגט היינט נאך פאר איינס אזייגער.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 10:22 pm
דורך זר זהב
אקעי איך גיי

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 10:27 pm
דורך נולד מאוחר
דערנאך גייט מען אהיים פייניגן די ווייב.
איך קען דאווענען אין גער און אהיים צו מיין עזר ווי א סאטמער'ע?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:30 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ווייז פארן באשעפער אז איינמאל דו האסט שוין יא א טאג פריי פון דאגות (שלאפן און שפאצירן קענסטו ממילא נישט) זיי כאטש מקיים דעם חז"ל "הלואי שיתפלל אדם כל היום".

אז עס איז דא א שיינער בעל תפלה, און דו קענסט אביסל דעם נוסח, אז דו גרייטסט זיך אן אביסל בעפאר יו"ט אדער אפילו בשעת מעשה טראכסטו אריין פירוש המילות, איז דער דאווענען מתוק מדבש! (דבש איז דאך א סימן אויף א זיס יאר..)
אז דו קענסט עס ממש נישט פארנעמען, נעם א ספר צו דער זייט, הלכות אדער ענינים פון ר"ה און די הייליגע טעג.

און אפילו דו שפירסט שוין אז מען האט דיר דן געווען (..? שוין, וואטעווער,), זיי נישט אזוי סעלפיש, טראכט נישט נאר פון דיר, זיי מתפלל פאר כלל ישראל בכלליות, זיי ממליך הקב"ה אויף דיינע רמ"ח אברים ושס"ה גידים,
זיי מתפלל אויף משיח צדקנו, ער זאל שוין באקומען דעם אקעי פון הימל, צו קומען אונז אויסלייזן,
ס'זאל שוין נתגלה ווערן דער כבוד שמים על כל העולם כולו, יכירו וידעו כל יושבי תבל, די מלכיות זכרונות שופרות איז דאך אזוי זיס...

טינק עבאוט איט!

שמעקעדיג: דיין מוסר דרשה איז מתוק מדבש. מען וואלט עס געדארפט מעתיק זיין און אויסטיילן אויף די תורה בלעטלעך. ס'פאסט פאר א דרשה פאר תקיעת שופר. נאר איך "פערסאנעללי" האב נישט קיין געדולד צו א זייער א לאנגן דאווענען וואו מען זאגט יעדעס שטיקל יוצר וואס סיי וועלכער מחבר האט אהערגעשטעלט. א מזל, אין מיין ביהמ"ד זאגט מען נאר די גרויסע, "פאבליק" שטיקלעך. ביי אונז איז דא זייער א גוטער בעל תפילה וואס פאר זיין "אוחילה לק-ל" וואלט מען געקומען פון אנדערע שטעט .

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 7:04 am
דורך דולה ומשקה
דעם קלויזענבורגער רבי'ס 'קריאת שמע' האט גענומען גאנצע צוויי שעה! נאר קרי'שמע אליינס!
מונקאטש האט גענדיקט בערך 6:30

קאהן בעל תפלה אין טארטיקוב
שלמה טויסיג אין בעלעד (רענענסאנס זאל)
אייזיק האניג אין קראלי ב"פ
המנגן המופלא מאטי אילאוויטש אין ? ס'וואלט מיר געוועהן אינטרעסאנט צו וויסן צו ער האט א שטעלע, און אויב יא וואו?

לפי ערך רוב בתי מדרשים ענדיגן בערך צווישן 2:15-3:15

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:22 am
דורך קאווע טרינקער
דולה ומשקה האט געשריבן:דעם קלויזענבורגער רבי'ס 'קריאת שמע' האט גענומען גאנצע צוויי שעה! נאר קרי'שמע אליינס!

פאריאר האט ער מאריך געווען א שעה, היי יאר צוויי? WOW
נו, לאמיר זאגן ער גייט איבער אלע ספיקות אין אמונה און פארענטפערט זיי. פיין.
אבער דער עולם? מ'ווערט נישט משוגע? מ'מאכט קידוש?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:25 am
דורך שמעקעדיג
קאווע: דער עולם דרימלט דארט אין גרויסן...

(אגב- קענסט שוין טוישן דיין חתימה)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 1:35 pm
דורך דולה ומשקה
דולה ומשקה האט געשריבן:דעם קלויזענבורגער רבי'ס 'קריאת שמע' האט גענומען גאנצע צוויי שעה! נאר קרי'שמע אליינס!
מונקאטש האט גענדיקט בערך 6:30

קאהן בעל תפלה אין טארטיקוב
שלמה טויסיג אין בעלעד (רענענסאנס זאל)
אייזיק האניג אין קראלי ב"פ
המנגן המופלא מאטי אילאוויטש אין ? ס'וואלט מיר געוועהן אינטרעסאנט צו וויסן צו ער האט א שטעלע, און אויב יא וואו?

לפי ערך רוב בתי מדרשים ענדיגן בערך צווישן 2:15-3:15


אפדעיט ווען מ'האט מסיים געוועהן דאס דאווענען ראש השנה בייטאג

גור
יום א' 1:15
יום ב' 12:45

בעלזא
יום א' 5:00
יום ב' 6:30

וויזניץ (שרולטשע)
יום א' 5:10
יום ב' 5:40

וויזניץ (מענדל)
יום א' 5:00
יום ב' 4:45

צאנז (קלויזענבורג - נתניה)
יום א' וב' 6:30

סערט וויזניץ
יום א' וב' 3:30

רחמיסטריווקא (א"י)
יום א' 5:20
יום ב' 6:20

פרעמישלאן
יום א' וב' 6:30

(קרעדיט: בחדרי)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 1:37 pm
דורך זר זהב
וואסי פשט פון ענדיגן אזוי פרי אין גור? איז דא עפעס אן ענין דערביי?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 1:40 pm
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן:וואסי פשט פון ענדיגן אזוי פרי אין גור? איז דא עפעס אן ענין דערביי?

זיי זאגען נישט קיין יוצרות און מ'זונגט כמעט נישט עס פארט ווי א רעדעל

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 1:47 pm
דורך הירשל ציג
פרעג בעסער וואס איז פשט פון ענדיגן 6:30

פארוואס הייסט 4 ברית'ן מיט א 2 שעה'דיגען הפסקה ענדיגן 6:30??

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 1:48 pm
דורך זר זהב
6:30 איז שפעט אבער 1:00 איז גאר פריה. 4-3 איז נארמאל.
נישט געוואוסט די גערע זענען אזאנע קאלטע אינגען.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:00 pm
דורך הירשל ציג
טראכט אריין און מאך א חשבון וויפיל צייט מ'דאווענט און וויפיל צייט גייט אוועק אויף פארקויפן עליות, מי שברך'ס, ווארטען אויפ'ן רב, רבי, מקוה, פויזער, דרשה פאר תקיעות

און וויפיל צייט מ'דאווענט!

אין גער דאווענט מען און מ'זינגט אביסל אויך.

אין אנדערע פלעצער האלט מען דעם עולם אין שול ווייל מ'האט מורא מ'וועט פטר'ן די צייט אינדערהיים. די געררער זענען נישט באזארגט