בלאט 1 פון 1

סימנא מילתא היא

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:00 pm
דורך נולד מאוחר
ווער קען אביסל מאריך אין די צוויי מהלכים פון די ראשונים אויף די גמ' אמר אביי השתא דאמרת סימנא מילתא יהא רגיל איניש למיכל ריש שתא קרא ורוביא כרתי..

טייל האלטן עס ארבעט באופן סגולה, טייל האלטן ס׳ארבעט אלץ תפלה.
אין דעם ווענדט זיך די צוויי גירסאות למיכל אדער למחזי, דאכט זיך מיר.

געשריבן זייער קורץ ווער קען מסביר זיין, צוצייכענען פליז דא.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:17 pm
דורך זר זהב
איך פיר זיך צוליינען דעם "איד" ר"ה מער ווי סתם א שבת, סימנא מילתא צו זיין א א "איד" א גאנץ יאר.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:24 pm
דורך גאלד
דער של"ה שרייבט דערגעגן אז מ'זאל עס באטראכטן ווי א סימן, ווייל דאס גייט אריין אין גדר ווי אוב וידעוני, ער זאגט אז די סימנים איז א ענין מעורר זיין להתפלל

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:26 pm
דורך גאלד
מ'קען נישט מתפלל זיין צו זיין א איד, דאס איז אין די מענטשנס בחירה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:28 pm
דורך זר זהב
רעדסט צו מיר? כ'בין נישט מתפלל, בלויז פאר א סימן/סגולה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:34 pm
דורך צדיקל
ס'איז 2 גירסות אין די גמ' אליין אין מס' כריתות ה: איז די גירסא יהא רגיל איניש למיכל, און אין מס' הוריות יב. איז די גירסא יהא רגיל למיחזי.

דער של"ה הק' זאגט אז לויט ביידע גירסות איז דער עיקר צו מעורר זיין דעם מענטש ער זאל מתפלל זיין אויף די זאכן

ר' יעקב עמדין אין סידור זאגט אויך אז מ'זאל עס עסן און נאכדעם מתפלל זיין שהדיבור בפה עושה רושם כמו שאמרו חז"ל אצל החלומות שהולכים אחרי הפה.

ר' שלמה קלוגר אין חכמת שלמה אויפן שו"ע ס' תקפ"ג זאגט אבער אז מ'עסט עס צו ווייזן אמונה ובטחון אז הקב"ה וועט שיקן די זאכן. נישט אלס תפלה.

אקצר כי בא מועד. ויהי רצון שיחדש עלנו שנה טובה ומתוקה,

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:10 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:איך פיר זיך צוליינען דעם "איד" ר"ה מער ווי סתם א שבת, סימנא מילתא צו זיין א א "איד" א גאנץ יאר.

שטימט זייער גוט לויט די גירסא יהא רגיל "למיחזי".

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:15 pm
דורך זר זהב
כ'האב אויך געלייגט מילך אין די קאווע מער ווי געווענליך.
החותך
חיים
לכל
חי

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:18 pm
דורך נולד מאוחר
סופו תיבות איז נאר מסוגל פרר סוף יאר.
ביז דעלמאטס וואס וועט זיין?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:27 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:כ'האב אויך געלייגט מילך אין די קאווע מער ווי געווענליך.
החותך
חיים
לכל
חי

אויך בכסא ליום חגינו איז ר"ת חלב.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:31 pm
דורך זר זהב
אה דאס איז שיין!
און אויך צופרידנגעשטעלט נולד מאחור'ן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:09 am
דורך געפילטע פיש
מילך, כדי שתמליכוני עליכם. ווי אויך איז עס גימ' 100 כנגד מאה קולות.
פאס אבער אויף יום כיפור נישט צו טרונקען קיין מילך נישט צו דערמאנען דעם חטא העגל.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:12 am
דורך לאדיך אפ
גאלד האט געשריבן:דער של"ה שרייבט דערגעגן אז מ'זאל עס באטראכטן ווי א סימן, ווייל דאס גייט אריין אין גדר ווי אוב וידעוני, ער זאגט אז די סימנים איז א ענין מעורר זיין להתפלל

לויט די של"ה האט נישט קיין פשט זיך צוריקצוהאלטן פון עסן ביטערע און זויערע עסן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 1:18 am
דורך קלוג און יונג
איך האב געהערט פון איינעם אמאל אז ער עסט אייס-קריעם ראש השנה, ווייל "I Scream" פאר א זיס יאר

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 1:43 am
דורך נולד מאוחר
קלוג און יונג האט געשריבן:איך האב געהערט פון איינעם אמאל אז ער עסט אייס-קריעם ראש השנה, ווייל "I Scream" פאר א זיס יאר

כמיין סקומט פין רב בלומענקראץ זצ''ל. סאיז דא דו אלע זשאקס. רעזינ'ס סעלערי וכדו'. סהערט זיך ווי א דשזאק אבער באמת איז עס גארנישט אנדערש ווי די סימנים וואס חז''ל געבען.
שני י לראש ולא לזנב וואס מיינט דאס פשוט פשט?
מיין דרש איז מען זאל טראכטן ניצען דעם קאפ ,נישט סתם נאכגיין ווי די וויידעל טוט.

יעצט באמערקט סאיז דא אן אשכול אויף אלע דזאקס פון די סמינים viewtopic.php?f=10&t=1833

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 12:12 am
דורך נולד מאוחר
מיר האבן יעצט געטינקען עפל אין האניג. לשנה טובה ומתוקה'