תשע"ג: א ביטערע אנהויב, אבער טאטע, פארט האבן מיר דיר ליב!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אדוואקאט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 13, 2012 4:31 am
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

תשע"ג: א ביטערע אנהויב, אבער טאטע, פארט האבן מיר דיר ליב!!!

שליחה דורך אדוואקאט »

מיינע חושים זענען פארשטייפט, און מיינע הענט פארפרוירן, ס'פינסטער און טונקל, אין א יעדע ווינקל...

כלל ישראל האט נארוואס אריינגעטרעטן אינעם נייעם יאר "תשע"ג" מיט די האפענונג אז אט דאס יאר וועט ברענגען מיט זיך א שפע פון ישועות ורפואות, נאכדעם וואס כלל ישראל האט איבערגעלעבט א יאר פון אזויפיל צער, פיין, אנגסט און יסורים, ברוחניות ובגשמיות, טייכן טרערן זענען פארגאסן געווארן איבער די גאנצע וועלט דעם נארוואס פארלאפענעם ראש השנה, אידן האבן איינגעריסן ביים שומע תפלות כל פה אז דאס יאר זאל שוין ברענגען דעם ענדגילטיגן לעזונג צו די אלע צרות און פיין, מיט'ן אנקום פון משיח צדקינו... אבער, בעת די שורות ווערן געשריבן, אין די שפעטע אווענט שטונדן מוצאי ראש השנה שטייען עטליכע אידישע פארקלעמטע פאמיליעס און יאמערן און קלאגן מיט ביטערע יללות איבער זייער'ס א פאמיליע מיטגליד וועלכע האט זיך פון זיי אזוי טראגיש און פלוצים צושיידט...

אנגעהויבן פון קאנאדא קומט אן די ביטערע און האר-אויפשטלענדע ידיעה איבער א יונגע טייערע מאמע פון 9 בא'חנ'טע אומשולדיגע קינדערלעך וועלכע איז ליידער אזוי פריצייטיג און אזוי פלוצים פארשניטן געווארן, און זיי איבערגעלאזט עלנד אליין, פאר'יתומ'ט און פאר'אבל'ט איר חשוב'ן מאן... אין בארא פארק, א קליין אומשולדיגע עופה'לע לאזט איבער זיינע ערשיטערטע עלטערן, און קערט זיך צוריק צו זיין היים העולם העליון אויף א טראגישן פארנעם נאכ'ן ווערן דערטראנקן אום יום טוב ראש השנה... א יונגע מוטער אין קרית יואל לאזט איבער איר שטוב און קערט זיך צוריק צום עולם האמת אין סאמע ראש השנה... אוי, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא ווערן פארשניטן... שרייבענדיג די שורות קומט אן דער שוידערליכער באריכט אז א 19 יעריגער בחור'ל, בנימין זאב ברוין ע"ה, האט ליידער אויסגעהויעכט זיין ריינע און לויטערע נשמה, איבערלאזענדיג פאמיליע, חברים, קרובים, אין די ישיבה וועלכע ער האט געלערנט, ערשיטערט, פארקלעצט, צובראכן אויף שברי שברים... אוי ווי קען מען זיך צוזאמקלויבן די חושים, ווי נעמט די כוחות צו פארדייען די שוידערליכע בשורות וועלכע זעצן פאר אומאויפהערליך...

אוי טאטע, ברוך דיין האמת... דו פירסט דאך דיין וועלטל מיט א חשבון... מיר ערדישע מענטשן, מיט געטליכע נשמות שפירן זיך טאקע צוטרייסלט און פארלוירן פון די אומדערטרעגליכע פאסירונגען, אבער נאר דו ליבער פאטער אין הימל קענסט אונז טרייסטן און מחזק זיין... עס קומען איצט די פארכטיגע טעג, די עשרת ימי תשובה, כלל ישראל נעמט זיך פאר באמת, מיט'ן גאנצן הארץ איינצורייסן ביים כל יכול פאר תשובה ותיקון המעשים... מיין פעדער איז שפראכלאז, ס'איז פארוואלקענט און פארנעפלט...

טאטע ליבער, קיינער וויל נישט זינדיגן, קיינער וויל דיר ח"ו נישט מצער זיין.... דיינע אידישע קינדערלעך האבן דיר ליב מיט א אויסטערלישע ליבשאפט, מיר בענקען נאך דיר שכינה, מיר לעכצן שוין צו הערן דעם קול שופר, די פרייליכע און לאנג-ערווארטעטע בשורה אז משיח צדקינו איז באפרייט געווארן פון זיינע קייטן און איז געקומען אונז אויסלייזן... טאטע, מיר דראפען זיך אויף גלייכע ווענט, מיר ווילן זיין נאנט צו דיר, מיר ווילן נישט אנטלויפן פון דיר... מיר גלויבן אין דיר, מיר ווייסן אז אלעס האט חשבון, און דו שיקסט נאר די אלע ווייטאגליכע סיגנאלן אז מיר זאלן זיך ערוועקן פון אונזער טיפן שלאף... אוי טאטע, ס'נישט אז מיר שלאפן, מיר קענען נישט פארמאכן קיין אויג פון די נאכאנאנדע פאסירונגען, די שרעקליכע נסיונות מיט וואס אונזער דור איז באשטראפט געווארן... טאטע קוק דיר צו ווי אין די זעלבע צייט זיצן טויזענטער און טויזענטער אידישע קינדער און טראכטן און קלערן פון דיר, מען דאווענט שטונדן לאנג, מען שרייט אויס דעם שמע ישראל מיט זודיגע בענקעדיגע טרערלעך באגלייט, טראצדעם וואס בלוט גיסט זיך אין די גאסן געמישט פון הייסע אידישע טרערן, האלטן מיר זיך שטארק, מיט אונזערע נאסע אויגן געוואנדן צום הימל, צו דיר אבינו שבשמים... אוי איך וויין, איך קלאג, איך קייך, איך נישט ווייטער שרייבן...

מיינע אידישע ברודער................................. פאלט נישט אין די אמונה, פאלט נישט אוועק! רבש"ע קוק וויפיל צרות דער דערשלאגענער שה פזורה האט שוין געליטן און לויף פון איר 2000 יאר אין גלות, און טראצדעם וואס די רשעים האבן פון איר געריסן שטיקער, האבן אידישע קינדער נישט פון דיר פארגעסן, נאר מען האט זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט-וועגן, מען איז אריינגעשפרינגען אינעם ברענענדיגן קאלעך-אויוון און זיך נישט געבראכן צו די וועלכע האבן געוואלט אויסרייסן אונזער גלויבן... יונג און אלט, אלע האבן געקעמפט פאר דיר, און דערהויבן דיין נאמען, און אומגעקומען על קידוש השם, מיט הילכיגע שמע ישראל געשרייען אויף זייערע ליפן... טאטע, ברענג שוין דעם גואל צדק, ברענג אונז שוין ארויף קיין ירושלים עיה"ק אונזער ליכטיג היים, מיט רחמים, מיט ליבשאפט, אוי און ברענג שוין א ענדע צו דעם פיסטערן גלות מיט אזויפיל ביטערע נסיונות, צרות און יסורים...................

טאטע, מיר האבן דיר ליב אהבת נפש.............. מיר וועלן דיר קיינמאל נישט פארלאזן...........................

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר