בלאט 1 פון 8
כפרה שלאגן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 7:52 am
דורך דולה ומשקה
לעצטע פאר יאר איז געווארן שטארק פאפולער אז משפחות נעמען אנשטאט א הינדל פאר יעדן באזונדער, נעמט מען איין זכר פאר אלע זכרים, אן איין נקבה פאר אלע נקיבות, ושלום על ישראל. מ'שפארט זיך געלט.
וואס טוען די סוחרים, זיי ווילן זיך נישט שיידן מיט זייערע רווחים, נאר אלעס למען השם, בלתי לשם לבדו, אן זייטיגע פניות, מזכה צו זיין אידן מיט מצוות, שרויפן זיי ארויף די פרייזן ווי משוגע.
דארף דען כפרה שלאגן קאסטן זעכציג דוללער פאר אזא איינעם וואס וויל יא נעמען פאר יעדן באזונדער? וואו זענען די בעלי התקנות וואס זארגן זיך אלעמאהל פאר דעם יחיד אין זיין פרנסה?
נפשי בשאלתי וואו איז דער ביליגסטער 'כפרה סענטער' אין וויליאמסבורג און בארא פארק? זייטס אמת'דיג מזכה די אידען.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 8:30 am
דורך יחזקאל
נעם אהיים די כפרה וועסטו נאך ארויסגיין מיט ריוח
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:29 pm
דורך נס קאווע
רעד צו די ווייבער, אפילו די געקלינטע פון קאהן וכדו' ווילן זיי נישט הערן, מיין ריוח איז אז איך קען די כפרה לאזן פון וואו עס קומט
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:53 am
דורך נולד מאוחר
איז דא מקור אז מקען נישט ניצען א געשלאגענע?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 8:32 am
דורך טראכט
נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא מקור אז מקען נישט ניצען א געשלאגענע?
עס איז פשוט, וויפיל קען דער קליינער עופ'ל דערהייבן?
![ווינקט ;)](./images/smilies/icon_e_wink.gif)
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:31 am
דורך דולה ומשקה
אין א זכר פאר א זכר און א נקיבה פאר א נקיבה האט יא א מקור?
אויסער קרוין הייטס ווי מ'קען באקומען א כפרה פאר צוויי דוללער, קען מען דאהי באקומען א כפרה פאר ווייניגער ווי זיבען דוללער?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:12 pm
דורך צוקער
דולה ומשקה האט געשריבן:און א זכר פאר א זכר און א נקיבה פאר א נקיבה האט יא א מקור?
דעס שטייט אין שולחן ערוך דאכצעכמער.
און גראדע שטייט אין די זעלבע שולחן ערוך אז מען קען שלאגן מיט פיש אדער געלט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:20 pm
דורך berlbalaguleh
דולה ומשקה האט געשריבן:לעצטע פאר יאר איז געווארן שטארק פאפולער אז משפחות נעמען אנשטאט א הינדל פאר יעדן באזונדער, נעמט מען איין זכר פאר אלע זכרים, אן איין נקבה פאר אלע נקיבות, ושלום על ישראל. מ'שפארט זיך געלט.
וואס טוען די סוחרים, זיי ווילן זיך נישט שיידן מיט זייערע רווחים, נאר אלעס למען השם, בלתי לשם לבדו, אן זייטיגע פניות, מזכה צו זיין אידן מיט מצוות, שרויפן זיי ארויף די פרייזן ווי משוגע.
דארף דען כפרה שלאגן קאסטן זעכציג דוללער פאר אזא איינעם וואס וויל יא נעמען פאר יעדן באזונדער? וואו זענען די בעלי התקנות וואס זארגן זיך אלעמאהל פאר דעם יחיד אין זיין פרנסה?
נפשי בשאלתי וואו איז דער ביליגסטער 'כפרה סענטער' אין וויליאמסבורג און בארא פארק? זייטס אמת'דיג מזכה די אידען.
די "בעלי התקנות" זענען נאכנישט אנגעקומען צו אזעלכע מינדערוויכטיגע פראבלעמען ווי דאס און ענליכס ווי למשל ארויפציען די פרייזן אויף מצות און אנדערע לעבנסוויכטיגע כשר'ע פראדוקטן אויף פסח. זיי ארבעטן נאך שווער צו ענפארסן דעם איסור אויפ'ן שטערן און שפאקטיוו וכדומה. זאכן אין וואס דאס גאנצע אידישקייט איז תלוי.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:47 pm
דורך צוקער
זיי נישט אזוי כעס'יג, ביטע!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 3:24 pm
דורך [NAMELESS]
מה שיש נוהגין ליקח תרנגול וכו', אין לעשות כן משום דרכי האמורי.
ווער שרייבט דאס?
1 משה מענדלסאן
2 טענדלער
3 מעיאר בלומבערג
4 רבי יוסף קארוי
5 יונה מעצגער
6 סטיפן ווייז
ווער קען געסן
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 5:08 pm
דורך שמעקעדיג
אנעים זמירות אויף איי וועלט האט געשריבן:איין יאר בין איך פארשלאפען ערב יוה"כ, און ביז איך האב מיר ערוועקט איז שוין נישט געוועהן צו באקומען קיין כפרות. בלית ברירה האב איך באשלאסען צו מאכן אויף געלט. כ'האב ארויסגענומען א טשעק, אפגעשריבען $500 (בימים ההם איז עס נאך געוועהן א סכום הגון) און געשלאגען כפרות. געדרייט דריי מאל זה חליפתי זה כפרתי זה תמורתי, זה הטשעק - צוריסען אויף שטיקער - ילך למיתה... און ב"ה געהאט א כפרה.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 5:16 pm
דורך צוקער
שמעקעדיג האט געשריבן:אנעים זמירות אויף איי וועלט האט געשריבן:איין יאר בין איך פארשלאפען ערב יוה"כ, און ביז איך האב מיר ערוועקט איז שוין נישט געוועהן צו באקומען קיין כפרות. בלית ברירה האב איך באשלאסען צו מאכן אויף געלט. כ'האב ארויסגענומען א טשעק, אפגעשריבען $500 (בימים ההם איז עס נאך געוועהן א סכום הגון) און געשלאגען כפרות. געדרייט דריי מאל זה חליפתי זה כפרתי זה תמורתי, זה הטשעק - צוריסען אויף שטיקער - ילך למיתה... און ב"ה געהאט א כפרה.
ר' אנעים, איך ווייס נישט אויב איר הערט מיך... אבער פארוואס וועט איר האלט א לעבעדיגע עוף זענען אייערע חטאים ווערט נישטיג 8-9 דאללער, און ווען איר ניצט א טשעקל קאסט דאס $500?
אפשר איז די חטא פון נישט שלאגן מיט א עוף אזוי הארב אז מ'דארף צאלן $500 קנס...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 6:46 pm
דורך zurich
צוקער האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אנעים זמירות אויף איי וועלט האט געשריבן:איין יאר בין איך פארשלאפען ערב יוה"כ, און ביז איך האב מיר ערוועקט איז שוין נישט געוועהן צו באקומען קיין כפרות. בלית ברירה האב איך באשלאסען צו מאכן אויף געלט. כ'האב ארויסגענומען א טשעק, אפגעשריבען $500 (בימים ההם איז עס נאך געוועהן א סכום הגון) און געשלאגען כפרות. געדרייט דריי מאל זה חליפתי זה כפרתי זה תמורתי, זה הטשעק - צוריסען אויף שטיקער - ילך למיתה... און ב"ה געהאט א כפרה.
ר' אנעים, איך ווייס נישט אויב איר הערט מיך... אבער פארוואס וועט איר האלט א לעבעדיגע עוף זענען אייערע חטאים ווערט נישטיג 8-9 דאללער, און ווען איר ניצט א טשעקל קאסט דאס $500?
אפשר איז די חטא פון נישט שלאגן מיט א עוף אזוי הארב אז מ'דארף צאלן $500 קנס...
ר'איד נעמט עס נישט צום הארצן ס'נאר א וויץ!!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 9:15 am
דורך פריינדליך
דאס נעמען א עקסטערע כפרה פאר יעדען קינד איז א לוקסוס און עס האט נישט קיין שום מקור,
מען נעמט איין כפרה פאר אלע יונגליך אינאיינעם און איין כפרה פאר אלע מיידליך אינאיינעם,
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 9:36 am
דורך נולד מאוחר
מצאלט געלט פאר אלע שטותים, מעג מען צאלן פאר יעדע קונד אן באזונדרע טשיקען.
סאיז א מנהג וואס איז שוין יארן אלט.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 10:17 am
דורך געפילטע פיש
פריינדליך האט געשריבן:דאס נעמען א עקסטערע כפרה פאר יעדען קינד איז א לוקסוס און עס האט נישט קיין שום מקור,
מען נעמט איין כפרה פאר אלע יונגליך אינאיינעם און איין כפרה פאר אלע מיידליך אינאיינעם,
מ'קען נישט זאגט אז ס'האט ממש נישט קיין מקור, ע"פ אריז"ל ברויך מען נעמען א כפרה פאר יעדע קינד עקסטער, ווייל דו זעסט דאך אז ביי א מעוברת ע"פ אריז"ל דארף מען נעמען 3 כפרות, איין זכר און צוויי נקיבות, זעט מען אז אפילו פאר א עובר ברויך מען אן עקסטערע טשיקן.
שו"ע הרביש נוהגין לפמור כמה וכרים בתרנגול אחד וכמה נקבות בתרנגולת אחת'ן לפיכך אין
לוקחין למעוברת אלא תרנגול אחד ותרנגילת אדת'" ראם העיבר ~כר הרי יש כאן
תרנגול אחד ואם העובר נקבה די לה ולאמה בתרנגולת אחת'ן ויש נוהגין ] ליקח כפרה
לכל אחד ואחד בפני עצמו לפיכך לוקחין למעוברת ג' שתי נקבות ושר אחד :
באר היטבתרנגולים • כלומר תרנגול ותרנגולת אף אם העובר נקבה די לה ולבתה באחד משום ששנים רשאים
ליקח כפרה א׳ וכן נוהגים אפילו בשני גופים מ״א • והאר׳יי לקח ג׳ למעוברת א׳ בעבורה ושנים בשביל הולד
מספק אם הוא זכר או נקבה
משנה ברורהשני תרנגולים – דהיינו תרנגול ותרנגולת: תרנגול, שמא הוולד זכר; ותרנגולת, שאפילו אם הוולד נקבה, יתכפרו שניהם, היא עצמה והוולד, באחת. ואפילו שני בני אדם יכולין ליקח כפרה אחת, אם אין ידם משגת.
ויש שלוקחין למעוברת שני תרנגולות ותרנגול אחד.
אבער על פי נגלה איז זעכער פונקט אזוי גוט צו נעמען איין זכר פאר אלע יונגלעך און איין נקבה פאר אלע מיידלעך. ספעציעל היינט וואס מ'רייסט ארויף די פרייזן פאר יום טוב און מ'באראבעוועט דעם עולם, וואס אמאל וואלט דאס אליינס געווען גענוג אויף מבטל צו זיין דעם מנהג, אזוי ווי די רבני טבריה האבן געהייסן נישט קויפן קיין פיש אויף יום טוב ווייל די סוחרים האבן געהעכערט די פרייז.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 10:23 am
דורך שמעקעדיג
פריינדליך האט געשריבן:דאס נעמען א עקסטערע כפרה פאר יעדען קינד איז א לוקסוס און עס האט נישט קיין שום מקור,
מען נעמט איין כפרה פאר אלע יונגליך אינאיינעם און איין כפרה פאר אלע מיידליך אינאיינעם,
נולד מאוחר האט געשריבן:מ'צאלט געלט פאר אלע שטותים, מעג מען צאלן פאר יעדע קינד אן באזונדערע טשיקן.
ס'איז א מנהג וואס איז שוין יארן אלט.
עולם הפוך ראיתי.
פריינדליך שרייבט אז עס האט נישט קיין מקור.
דאס וואלט געדארפט זיין פאר נולד'ן א שמחה כמוצא שלל רב, ער איז דאך זייער מקור בייעסד/מיינדעד,
קומט ער און שרייט, ס'איז א מנהג און פארטיג.
עם איי מיסינג סאמטינג, נולד?...
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 11:49 am
דורך נולד מאוחר
שמעקעדיג האט געשריבן:פריינדליך האט געשריבן:דאס נעמען א עקסטערע כפרה פאר יעדען קינד איז א לוקסוס און עס האט נישט קיין שום מקור,
מען נעמט איין כפרה פאר אלע יונגליך אינאיינעם און איין כפרה פאר אלע מיידליך אינאיינעם,
נולד מאוחר האט געשריבן:מ'צאלט געלט פאר אלע שטותים, מעג מען צאלן פאר יעדע קינד אן באזונדערע טשיקן.
ס'איז א מנהג וואס איז שוין יארן אלט.
עולם הפוך ראיתי.
פריינדליך שרייבט אז עס האט נישט קיין מקור.
דאס וואלט געדארפט זיין פאר נולד'ן א שמחה כמוצא שלל רב, ער איז דאך זייער מקור בייעסד,
קומט ער און שרייט, ס'איז א מנהג און פארטיג.
עם איי מיסינג סאמטינג, נולד?...
כ'האב פארגעסן צי שרייבן לשטתך פאר פריינדלך.
למעשה געפילטע האט געברענגט א מקור.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:37 pm
דורך פריינדליך
אמת טאקע אז געפילטע האט געברענגט א מקור אז דער אר"י הקדוש האט זיך אזוי געפירט ביי מעוברת,
בפשטות איז דאס אבער נישט די מנהג, עס איז א מער א סטייל ווי א מנהג צו נעמען פאר יעדע קינד עקסטער,
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:13 pm
דורך זר זהב
איך האב געפרעגט נעכטן א רב/דיין וועגן איינס פאר יעדן. ער האט געקרומט מיט'ן נאז, ער זאגט אזוי בעטעדיגערהייט בעסער נעמען פאר יעדן באזונדער.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:49 pm
דורך שמעקעדיג
דער זעלבער דיין וועלכער הייסט קומען אין קאווע שטיבל ת"ב?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:50 pm
דורך זר זהב
שמעקעדיג האט געשריבן:דער זעלבער דיין וועלכער הייסט קומען אין קאווע שטיבל ת"ב?
ניין, ערענסט גערעדט
(כאדאך ניטש געשריבן עפעס פאני!)
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:04 pm
דורך שמואל הלוי
זר; עצה טובה צו נוצן א אנדערע קאליר ווען דו שרייבסט א וויץ, ווייל מאנכע קענען אפט מאל אננעמען דיינע וויצן זייער ערענסט.