בלאט 1 פון 3

פאר מיין פטירה וויל איך....

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:06 pm
דורך נאך א פשט
מיר אלע האבן אסאך חלומות פון וואס מיר ווילן אלץ האבן און טוהן און אונזער לעבן. אבער אויב דארפט איר טראכטען פון איין זאך וואס איר ווילט טוהן (אדער אויפטוהן) אין אייער לעבן פאר איר ווערט נפטר, וואס וואלט דאס געוועהן?



גענומען פון דא

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:39 pm
דורך לעיקוואד
ענדיגן ש"ס. אפשר בעזרת הדף היומי וואס איך האב אנגעהויבן וועט דאס געשעהן בס"ד.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:01 am
דורך zurich
לעיקוואד האט געשריבן:ענדיגן ש"ס. אפשר בעזרת הדף היומי וואס איך האב אנגעהויבן וועט דאס געשעהן בס"ד.

איין מאל??

בעזר השם עטליעסט 10 מאל!!!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:41 am
דורך לעיקוואד
zurich האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:ענדיגן ש"ס. אפשר בעזרת הדף היומי וואס איך האב אנגעהויבן וועט דאס געשעהן בס"ד.

איין מאל??

בעזר השם עטליעסט 10 מאל!!!

אמן.
אבער צען מאל דף יומי סטייל איז בערך אזויווי איינמאל געהעריג בעיון .

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:51 am
דורך zurich
לעיקוואד האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:ענדיגן ש"ס. אפשר בעזרת הדף היומי וואס איך האב אנגעהויבן וועט דאס געשעהן בס"ד.

איין מאל??

בעזר השם עטליעסט 10 מאל!!!

אמן.
אבער צען מאל דף יומי סטייל איז בערך אזויווי איינמאל געהעריג בעיון .

איך הער וואס דו זאגסט!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:17 am
דורך villager
איך וויל פארן קיין אומאן ווייל ר' נחמן גייט ארויסשלעפן פון גיהנום ביי די פאות ווער ס'איז געווען ביי זיין ציון.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:02 am
דורך שמואל הלוי
villager האט געשריבן:איך וויל פארן קיין אומאן ווייל ר' נחמן גייט ארויסשלעפן פון גיהנום ביי די פאות ווער ס'איז געווען ביי זיין ציון.

וואס טוט זיך מיט די אלע וואס האבן נישט קיין פיאות און פארן קיין אומאן? וועט ער זיי ארויסשלעפן ביי די אויערן?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:33 am
דורך דולה ומשקה
ריכטיג אין אמת'דיק תשובה טוהן, א תשובה מאהבה ווי עס ברויך צו זיין.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:14 pm
דורך צוקער
איך וויל האבן א פעיסבוק פעידזש מיט עטליעסט מיליאן לייקס.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:17 pm
דורך לעמיל
צוקער האט געשריבן:איך וויל האבן א פעיסבוק פעידזש מיט עטליעסט מיליאן לייקס.

האסט כאטש א פעיסבוק פעידזש אז דו זאלסט קענען באקומען לייקס?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:19 pm
דורך צוקער
לעמיל האט געשריבן:
צוקער האט געשריבן:איך וויל האבן א פעיסבוק פעידזש מיט עטליעסט מיליאן לייקס.

האסט כאטש א פעיסבוק פעידזש אז דו זאלסט קענען באקומען לייקס?

גראדע האב איך, אבער קיין 1,000,000 לייקס האב איך נאכנישט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:20 pm
דורך לעמיל
לייק ארויף דיין פעידש דא און איך בין זיכער אז זר זהב וועט וועלען טין מצוות פאר יום כיפור וועט ער זיך שטעלען מיט א טיש און ראדני אז די עולם זאל דיך לייקען.....

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:22 pm
דורך צוקער
צוויי פראבלעמען: 1) ס'איז נישט דא קיין מיליאן יודן אין ראדני (כ'ווייס נישט צו טויזענט יא..). 2) אפילו ס'העט ווען יא געווען, איז נישטא קיין 5 וואס האבן פעיסבוק...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:25 pm
דורך לעמיל
פראבלעים איינס: אונז ווילען נישט זאלסט האבען גלייך די גאנצע וויל נאכדעים וועסטו זאגען אז דו ביסט פארטיג אויף דעי וועלט, פראבלעים צווי פארלאז דיך אויף זר ער וועט זיך שוין א עיצה געבען מיט די חברה דארט...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:28 pm
דורך צוקער
זר איז שמש דארט?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:29 pm
דורך לעמיל
געב אים נאך א שעה צווי וועט ער ענפערען עס איז נאך צו פרי

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:38 pm
דורך זר זהב
עפעס וואס איז נישט איידל ארויסצושרייבן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:41 pm
דורך לעמיל
זר ווילסט אים העלעפן פאר יום כיפור?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:45 pm
דורך זר זהב
סארי, איך האב קאמענטירט אן לייענן די פאריגע תגובות... נאך בעסער.

ניין איך קען נישט העלפן ווייל איך האב נישט שייכות מיט פעיסבוק, כ'פארשטיי נישט דערצו!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:05 pm
דורך berlbalaguleh
צוקער האט געשריבן:איך וויל האבן א פעיסבוק פעידזש מיט עטליעסט מיליאן לייקס.

אכי"ר. נאר דו זאלסט האבן אנדערע זכותים אויך. ווייל דאס אליין (מיליאן "לייקס" אויף פעיסבוק) וועט נישט איבערוועגן דעם וואגשאל לכף זכות?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:06 pm
דורך לעמיל
berlbalaguleh האט געשריבן:
צוקער האט געשריבן:איך וויל האבן א פעיסבוק פעידזש מיט עטליעסט מיליאן לייקס.

אכי"ר. נאר דו זאלסט האבן אנדערע זכותים אויך. ווייל דאס אליין (מיליאן "לייקס" אויף פעיסבוק) וועט נישט איבערוועגן דעם וואגשאל לכף זכות?

זאגסט אדער דו פרעיגסט??

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:31 pm
דורך berlbalaguleh
לעמיל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
צוקער האט געשריבן:איך וויל האבן א פעיסבוק פעידזש מיט עטליעסט מיליאן לייקס.

אכי"ר. נאר דו זאלסט האבן אנדערע זכותים אויך. ווייל דאס אליין (מיליאן "לייקס" אויף פעיסבוק) וועט נישט איבערוועגן דעם וואגשאל לכף זכות?

זאגסט אדער דו פרעיגסט??

אויב רעדסטו צו מיר. איז די תשובה. איך זאג. ויאמר. איך ווייס נישט וויאזוי דער "?" איז אריינגעקומען.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:36 pm
דורך שמעקעדיג
און ווי אזוי דער "אכי"ר" איז אריינגעקומען ווייסטו יא?...