בלאט 1 פון 2

אנקעטע: קאלירן פאר "תורה ודעת"

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 7:54 pm
דורך גבאי שני
דער עולם ווערט געבעטן צו שטימען פאר די קאלירן וואס מיר זאלן נוצן פאר די "תורה ודעת" פארומס.
די אנקעטע בלייבט אפן ביז קומענדיגער וואך פרייטאג, י"ב תשרי - סעפטעמבער 28.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 8:03 pm
דורך זר זהב
באמת כמעט אלע זענען שיין, כ'קען נישט דעסיידן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:36 am
דורך נאך א פשט
זר זהב האט געשריבן:באמת כמעט אלע זענען שיין, כ'קען נישט דעסיידן

טראכט נישט נאר צו עס איז שיין אדער נישט, טראכט אויך צו עס וועט דיר זיין גרינג אויף די אויגן ווען דו קוקסט אויף דעם א לענגערע צייט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 10:05 am
דורך shlomyg
Number 5 is the MOST respectful and serious looking in my opinion

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 10:10 am
דורך זר זהב
He was chutzpe'dig to me many times

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:50 am
דורך משה רוקח
ענק זענען אלע אנגעזעצטע מענטשן? פארוואס ווילן רוב מעמבערס נאמבער פינף? אזעלכע טונקעלע דיפרעסינג קאלארס.
נאמבער דריי איז די שענסטע און איידלסטע לויט מיין אפיניען.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:04 pm
דורך לעמיל
משה רוקח האט געשריבן:ענק זענען אלע אנגעזעצטע מענטשן? פארוואס ווילן רוב מעמבערס נאמבער פינף? אזעלכע טונקעלע דיפרעסינג קאלארס.
נאמבער דריי איז די שענסטע און איידלסטע לויט מיין אפיניען.

האסט מיך אויס געכאפט איך האב געוואלט פרעגען די זעלבע זאך נומבער 5 דערמאנט מיך פון די עונג שבת פארוואס נישט עפעס מיט מער לעבען אביסעל קאלער

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:05 pm
דורך צוקער
דיינע ספרים בינדסטו אויך אין קאלירפולע דעקלעך?... תורה ודעת מעג זיין אביסל אן ערענסטע לוק.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:08 pm
דורך לעמיל
איך בינד נישט קיים ספרים אבער מיט דעים האלט איך אז אפי' תורה ודעת מעיג האבען אביסעל קאלער איך פארשטיי מער א איידלע אבער שווארץ?? איך בעיט דיך....

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:12 pm
דורך צוקער
גרעי איז נישט שווארץ. ס'איז איידל, רואיג און סאליד.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:23 pm
דורך גאלד
נומער 3 האט זייער א גרויסע פראבלעם, אז ס'ממש כמעט די זעלבע ווי די אלגעמיינע, ס'איז ביידע בלוי,
דער תועלת פון די קאלירן איז אז ווי נאר מ'קומט אריין זאל מען תיכף זיך שפירן ווי מ'איז און אנדערן מקום,
אפי' לאמיר זאגן אז שווארץ איז נישט אזוי שיין מוז עס לפענ"ד זיין איין אנדערן טהעים,
למשל צימעס (וואס איך האב אויך געמאכט), איז אויך א אנדערע טהעים אינגנאצן, עס איז ברוין,
ווי נאר דער ליינער זעהט די ברוינע קאליר שפירט זיך שוין א שטיקל קאמישקייט און קרירות,
די זעלביגע דא ווי נאר מ'טרעט אריין תורה ודעת דארף דער קאליר פאטשן אין פנים
און זאל תיכף פארקנייטשן דעם שטערן און אויסגיסן אן ערנסטן געזיכט אויפן פנים,
למעשה האלט איך אז די שווארץ איז יא א קלאסישע קאליר, ווייל דאס אריינמישן די טינקל רויט דאס געבט די חיות,
למשל ספרים אין ביהמ"ד זענען מייסטענס, שווארץ אדער רויט, ( און אויך בלוי אבער ווי געשמועסט טויג נישט בלוי),

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:27 pm
דורך לעמיל
איי געס על טעם וריח אין להתווכח און אויב רוב ווילען דעיס ועמער זיך צושטעלען צו דעים

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:43 pm
דורך טראכט
געשטימט פארן 5'ער, ווי די עולם האט שוין דא ארויסגערענגט, אז די סיבה פארוואס מען גייט דאס פארבן איז וויבאלט עס זאל זיין ניקר גלייך ווען מען קומט אריין אינעם תורה ודעת אפטיילונג אז מען דארף זיך אויפפירן ווי עס פאסט, און רעספעקטירן די פרינציפן פין די אפטיילונג, און לדעתי וואלט גרעי געווען די בעסטע קאליר דאס ארויסציברענגען

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 1:53 pm
דורך ראשעקאל
געשטימט פאר 3. גאלד איז גערעכט אז ס׳דארף זיין אנדערש, אבער ״אביסעל״ אנדערש איז גענוג אז מ׳זאל כאפען ווי מ׳איז. מאורי הפרגוד איז אויך נישט זייער אנדערש , אבער ס׳געניג צו כאפן ווי מ׳איז. און די מעלה איז אז אויב סאיז נאר אביסעל אנדערש קען מען זיך שנעלער צוגעוווינען

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 2:17 pm
דורך זר זהב
איך האב געשטימט פאר 4. איך ווייס נישט וואס מיין אנדערער ניק האט געטון, ס'נישט מיין אחריות איך האב בכלל נישט זיין טעיסט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 4:27 pm
דורך הירשל ציג
תורה ודעת דארף זיין "בלוי-ווייס" :lol:

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:33 pm
דורך שעפטל
פינף איז טאקע אזוי ספוקי, אבער נאך די ערענסטע... געשטימט!

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 9:28 pm
דורך נאך א פשט
זר זהב האט געשריבן:איך האב געשטימט פאר 4. איך ווייס נישט וואס מיין אנדערער ניק האט געטון, ס'נישט מיין אחריות איך האב בכלל נישט זיין טעיסט.

יישר כח.
(בעל ה4)

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 11:43 pm
דורך ראשעקאל
אוי וויי. דעמאקראטיע טויגט נישט!!! איך האף די הנהלה וועט אנפייפען דעם עולם און וועט נישט לייגן די דעפרעסירענדע קאליר נאמבער 5

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:46 pm
דורך נאך א פשט
גם אני מצטרף להנ"ל :ניין: :ניין: נישט ניצען 5

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:56 pm
דורך זר זהב
נאך א פשט האט געשריבן:גם אני מצטרף להנ"ל :ניין: :ניין: נישט ניצען 5

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:22 pm
דורך קפנדריא
איך שטים פאר נומערע איינס, ס'קוקט טאקע אויס ווי די טיפישע "העלט פארם'ס/אפליקאציעס", אבער די קאנטראסט פון די קאלירן איז שטארק, און ס'איז היפש אנ'אנדערע קאליר ווי די אנדערע פארומס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:45 pm
דורך לעמיל
ווען שליסט זיך די אנקעטע?