בלאט 1 פון 1
התרת נדרים
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:38 am
דורך a1b2
וואס איז די ענין פין התרת נדרים דווקה ערב רה
איך האב פארגעסען קען איך נאך יעצט מאכען?
וואס האב איך פין דיעם
יעצט יעדע קבלה וואס כהאב געמאכט פארגאנגנע יאר ווערט מותר?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:53 am
דורך שמעקעדיג
פארוואס עפנסטו א נייע אשכול אויף א פשוט'ע שאלה?
קענסט עס לייגן ביי "זאכן וואס איך וויל וויסן",
אדער ביי "שואל כענין" אשכול, וכדומה.
גיב א קוק דא
viewtopic.php?p=46852#p46852
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:06 am
דורך על המחיה
a1b2 האט געשריבן:וואס איז די ענין פין התרת נדרים דווקה ערב רה
איך האב פארגעסען קען איך נאך יעצט מאכען?
עס איז דא געוויסע מקומות וואס מען מאכט לכתחלה התרת נדרים און די עשי"ת
a1b2 האט געשריבן:
וואס האב איך פין דיעם
יעצט יעדע קבלה וואס כהאב געמאכט פארגאנגנע יאר ווערט מותר?
לכאורה נישט נאר פונ'ם פארגאנגענע יאהר נאר אויך פון די יאהר וואס קומט, אזוי ווי מען זאגט בנוסח מסירת המודעה אחר התרת נדרים
הרי אני מוסר מודעה לפניכם ואני מבטל מכאן ולהבא כל הנדרים וכו'
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:16 am
דורך דולה ומשקה
התרת נדרים קען מען מאכען א גאנץ קאלעכדיגע יאר
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:23 pm
דורך a1b2
וואס איז די זאך פין זיך עפעס מקבל זיין ווען מען קען עס מבטל זיין גלייך דעראויף?
איך האב אמאל געהערט אז מען דארף זאגן וואס די קבלה איז אמת??
ישר כח