בלאט 1 פון 1

ווי קען מען קויפן קעסטלעך - Crates?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:56 am
דורך חד גדיא
איך דארף האבן פאר די סוכה קעסטלעך. איך בין נאך נישט זיכער צו מילך קעסטעלך צו אזעלכע קעסטלעך פון קאקע קאלע וואלט גוט געוועהן. אלנפאלס, ווי קען מען קויפן די זאכן?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:58 am
דורך לעמיל
גיי ארום 5 פארטאגס קענסטו טרעפען ביי יעדע גראסערי וויפיל דו ווילסט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:00 pm
דורך חד גדיא
דאס איז גניבה.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:05 pm
דורך לעמיל
פארוואס גניבה?? עס איז הפקר

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:08 pm
דורך צוקער
עס איז נישט הפקר ווייל די קאמפעניס נעמען עס צוריק, און עס קאסט ביטער געלט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:12 pm
דורך יידל
חד גדיא האט געשריבן:איך דארף האבן פאר די סוכה קעסטלעך. איך בין נאך נישט זיכער צו מילך קעסטעלך צו אזעלכע קעסטלעך פון קאקע קאלע וואלט גוט געוועהן. אלנפאלס, ווי קען מען קויפן די זאכן?

http://bit.ly/OIW9za

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:12 pm
דורך לעמיל
זיי נעמען עס צוריק פון הפקר,
אדער לייג עס צוריק ווען דו ביסט פארטיג

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:30 pm
דורך צוקער
שקר וכוזב! עס איז רעכט גניבה וגזילה!
די ריזן פארוואס די קאמפאניס לייגן די מילך אין די פלעסטיק קעסטליך איז כדי עס זאל צוקומען לופט, און זיי געבן עס על מנת להחזיר, אז א יוד ניצט א מילך קעסטל צו האלטן ספרים, זיצן דערויף בקביעות, אדער סיי וואס איז דאס רעכט גניבה, און עס קאסט בערך 10-12 טאלער אזא גרינע קעסטל.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:31 pm
דורך לעמיל
אוקעי איך צו צירוק סארי איך האב נישט געוויסט רעיג דיך נישט פליס

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:26 pm
דורך נולד מאוחר
נעם פין א גוישע מילך קאמפעני. מאך זיכער סזאל נישט זיין קיין חילול השם.
דרך אגב סגפעלט מיר דיין פאטענט גייסט בויען א סוכה מיט קעסטלעך?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:53 pm
דורך טראכט
נולד מאוחר האט געשריבן:נעם פין א גוישע מילך קאמפעני. מאך זיכער סזאל נישט זיין קיין חילול השם.
דרך אגב סגפעלט מיר דיין פאטענט גייסט בויען א סוכה מיט קעסטלעך?

פארוואס נעמען פין א גוי, דער גוי געט עס דען אוועק בחינם?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:12 am
דורך חד גדיא
יידל האט געשריבן:
חד גדיא האט געשריבן:איך דארף האבן פאר די סוכה קעסטלעך. איך בין נאך נישט זיכער צו מילך קעסטעלך צו אזעלכע קעסטלעך פון קאקע קאלע וואלט גוט געוועהן. אלנפאלס, ווי קען מען קויפן די זאכן?

http://bit.ly/OIW9za

אקעי גערעכט. אבער קאקא קאלע סטייל קעסטלעך האב איך נישט געקענט טרעפן צו קויפן.