בלאט 1 פון 1

גלגול הנפש

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:18 pm
דורך אוהב דעת
לויט קבלה אז עס איז דא גלגול הנפש, מיינט דאס אז א מענטש ווערט נישט גע'משפט אויף זיינע חטאים ווילאנג ער ענדיגט אלע זיינע גלגולים?
אויב יא, קען איך תשובה טאן אויף עבירות פון פריערדיגע גלגולים? איז דא אין דעם חילוקים עפ"י נגלה און עפ"י נסתר?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:05 pm
דורך נולד מאוחר
אוהב דעת האט געשריבן:לויט קבלה אז עס איז דא גלגול הנפש, מיינט דאס אז א מענטש ווערט נישט גע'משפט אויף זיינע חטאים ווילאנג ער ענדיגט אלע זיינע גלגולים?
אויב יא, קען איך תשובה טאן אויף עבירות פון פריערדיגע גלגולים? איז דא אין דעם חילוקים עפ"י נגלה און עפ"י נסתר?

די קעפעל פינעם אשכול איז משמע אז מ'איז דן דא דו רש''ש ''מכאן קשיא לבל הגוגולים''. למעשה בוסטו דן א שאלה און הלכות תשובה .

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:11 pm
דורך לעיקוואד
מווערט געמשפט כסדר יעדער יאר אדער יעדער טאג. די גלגול אליין איז איין סארט עונש אדער תיקון.
און יא, לפי בעלי הקבלה והגלגול דארף מען תשובה טוהן אויף וואס מהאט געזינדיגט אין פריערדיגע גלגולים אויכעט. [כ"כ בדרשה שלפני תקיע"ש להרש"ש]
ווי וייסט מען וואס? ווען דו עסט האלטן ביידעם, האבענדיג שוין תשובה געטוהן אויף אלע עבירות פון דעם גלגול, וועסטו פרעגן וויאזוי מטוט תשובה אויף א פריערדיגע גלגול.
לפי נגלה איז נישטא אזא זאך בכלל ממילא אוודאי דארף מען אווודאי נישט תשובה טוהן דערויף.