בלאט 1 פון 2
געשעעניש פון יאר תשע"ב
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:01 pm
דורך ידען
נאך יעדע סוף יאר זעהט מען אין אלע צייטונגען אז זיי צייכענען אפ די יאר מיט וואס עס געווען א שטארקע פאסירונג און וואס עס געווען די גרויסע נייעס פון די יאר. די מערסטע איז באוואוסט די טיים מאן פון יאר.
דא אין קאווע שטיבל דארף מען דאך זיכער אויך באשרייבן וואס סע געווען די גרעסטע נייעס פון אונזער אידישע יאר.
ביי היימישע אידן איז געווען די כינוס כלל ישראל וואס די בלאט וועט זעכער נישט מאכען פאר זייערע געשעעניש פון יאר. און זעכער אויך נישט די סיום הש"ס וואס איז געווען ריזיג אפי' אויב מע האלט נישט פון דעם. דא אין קאווע שטיבל קעמען לייגען וואס מען מיינט איז די גרעסטע פאסירונג און עס מוז נישט זיין לויט וויזוי די היימישע צייטונגען האלטען אז ס'איז נייעס אדער נישט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:11 pm
דורך לעמיל
די בלאט גייט האבען די כינוס כלל ישראל אבער נישט אז עס געוועין 40 טויזענט נאר אז אנשי שלומינו שלא כרעו לבעל בלא בלא..... האבען זיך נישט באטייליגט און די וויכטיגסטע אז סאטמער החדש האט זיך יא באטייליגט.....
קול מבשר האט א אינטערוויא מיט 30 מענטשען וואס איז געוועין די געשעעניש פון יאר תשע״ב
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:13 pm
דורך זר זהב
און איך ליין נישט דעם בלאט, עלעך מוזן מיטהאלטן דא.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:24 pm
דורך יידל
די גרעסטע געשעעניש פון יאר איז געווען די גרינדונג פון קאווע שטיבל...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:26 pm
דורך קאוקאנט
אלטוועלטליך, איז די געשעעניש פון יאר זיכער די סיום הש"ס.
ניינציג טויזענט אידן אין איין בילדינג, אפילו נישט ממש אלע האבן גענדיגט ש"ס, אבער רוב דערפון האבן גענדיגט, און די צוזאמקום פאר זיך איז שוין אן אלטוועלטליכע געשעעניש.
פאר די מער היימישע עולם, איז די כינוס כלל ישראל די סאמע געשעעניש פון יאר. ווידער ווי פריער, אפילו נישט ממש אלע האבן געטוישט אדער געפילטערט זייער פאון, אבער די צוזאמקום פון אזויפיל חסידים, איז א גאר גרויסע געשעעניש.
אז דו רעדסט פון דער בלאט, זיי וועלן לכאורה האבן די לאנדאן/אנטווערפן כינוס כלל ישראל. טראץ וואס די אמעריקאנע כינוס האט צוזאם גענומען אסאך מער מענטשן אין צאל, אבער פארט האבן זיי זיך נישט גערעכנט מיט "גאנץ" כלל ישראל -אפגעזעהן זייערע סיבות דערפאר- וואס אבער דארט אין לאנדאן/אנטווערפן האבן זיי זיך יא גערעכנט מיט יעדע קהילה און מוסד, און די אויפטוה איז גענוי ווי די היזיגע.
עלמער לאזן אנדערע זאגן זייער מיינונג.
----------
מ'האקט --
לעמיל זיכט דיירעקשאנס קיין צימעס
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:38 pm
דורך היסטאריקער
לעמיל האט געשריבן:די בלאט גייט האבען די כינוס כלל ישראל אבער נישט אז עס געוועין 40 טויזענט נאר אז אנשי שלומינו שלא כרעו לבעל בלא בלא..... האבען זיך נישט באטייליגט און די וויכטיגסטע אז סאטמער החדש האט זיך יא באטייליגט.....
קול מבשר האט א אינטערוויא מיט 30 מענטשען וואס איז געוועין די געשעעניש פון יאר תשע״ב
היינט מעג מען שוין אראפרייסן יענעם? נאר א טאג נאך יום ראש השנה האט מען נישט געטארט????
אויך דא שרייבסטו פריער
"איך ווייס נישט אויב עס קומט דא אבער געט א קוק דא וואס מהר"א טוט ווען עס איז דא צרות ביי אידען
קוקט די לעצטע שורה"
דאס מעג מען יא?
דארפסט נישט ענטפערן, אונז ווייס מיר דעם תירוץ
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:42 pm
דורך זר זהב
לעמיל זיי גייען יא האבן דעם גרויסן כינוס. איינער שרייבט אז מהר"א האט געזאגט ביים מציצה בפה מיטונג "אז אויב מ'האט געמעגט גיין מיט זיי ביים כינוס"... -- מיינט דאס דאך אז ער האט געטוישט מיינד.
אגב, וואס מיינסטע מיט סאטמאר החדש?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:43 pm
דורך קורץ און שארף
ווען מען רעדט פון די געשעעניש פונעם יאר, איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט, אז מען רעדט פון די גאנצע יאר.
רוב מאל זענען מענטשן באאיינפלוסט פון געשעענישן וואס האבן לעצטענס פאסירט.
אזוי אויך, לעבן רוב מענטשן אין זייער וועלטל. צום ביישפיל: אין ארץ ישראל ווערט זיכער באטראכט די פטירה פון הרב אלישיב אלס די געשעעניש וכו', בשעת אמעריקאנער, ובפרט סאטמאר, אפילו נאכען מודה זיין די גרויסקייט זיינער, האלט נישט אז דאס איז די געשעעניש פונעם יאר.
אויב וואלט גלעד שליט באפרייט געווארן א' סליחות, וואלט גאנץ ארץ ישראל געהאלטן אז דאס איז די געשעעניש פונעם יאר. וואס קען מען טוהן אז עס האט פאסירט חול המועד סוכות, כמעט א יאר צוריק.. אבער פארט אין תשע"ב.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:45 pm
דורך זר זהב
אלישיב'ס פטירה? כ'בעטיך.
האסט געמיינט ער גייט לעבן אייביג?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 3:11 pm
דורך שרייבער
און וואס איז מיט צוזאמען זיצינג פון די אדמור"י סאטמאר ביי איין טיש צוויי מאל? דאס נישט קיין געשעעניש?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 3:57 pm
דורך שמעקעדיג
שרייבער האט געשריבן:און וואס איז מיט צוזאמען זיצינג פון די אדמור"י סאטמאר ביי איין טיש צוויי מאל? דאס נישט קיין געשעעניש?
אבער דאס גייט דער בלאט זיכער נישט שרייבן............
לאמיר האפן אז עס איז נאר א גוטע אנהויב, און עוד ינובון בשיבה, זיי וועלן זיצן ביי איין טיש באהבה ואחוה, הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד,
די חסידים וועלן זיך פייערליך איבערבעטן, אראפנעמען די שאנד פלעקן איינער פון צווייטן (ווי חלה דעקלעך וכדומה)
און... דאס וועט זיין די געשעעניש פונעם יאר!...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:06 pm
דורך צוקער
וועמען אינטערעסירט עס?
ווען עס איז ארומגעפארן די בילד ווי ביידע בייכער זיצן אויף איין טיש, האב איך געפרעגט איינעם פארוואס ווען איך זיץ מיט מיין ברודער רעדט קיינער נישט דערפון?...
זאלן זיי זיך בייסן און רייסן ווילאנג זיי לאזן מיך אפ!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:08 pm
דורך זר זהב
צוקער האט געשריבן:וועמען אינטערעסירט עס?
ווען עס איז ארומגעפארן די בילד ווי ביידע בייכער זיצן אויף איין טיש, האב איך געפרעגט איינעם פארוואס ווען איך זיץ מיט מיין ברודער רעדט קיינער נישט דערפון?...
זאלן זיי זיך בייסן און רייסן ווילאנג זיי לאזן מיך אפ!
ווייל קיינער איז נישט זיכער צי ס'טאקע דו מיט דיין ברודער. אפשר זענען זיי דיינע דאפעלטע ניקים.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:09 pm
דורך צוקער
איך האב מיך נישט באליידיגט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:15 pm
דורך זר זהב
טאקע דערפאר האב איך עס געשריבן. ווען כ'האב ווען א ספק וואלט איך נישט געשריבן.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:21 pm
דורך שמעקעדיג
צוקער האט געשריבן:וועמען אינטערעסירט עס?
ווען עס איז ארומגעפארן די בילד ווי ביידע בייכער זיצן אויף איין טיש, האב איך געפרעגט איינעם פארוואס ווען איך זיץ מיט מיין ברודער רעדט קיינער נישט דערפון?...
זאלן זיי זיך בייסן און רייסן ווילאנג זיי לאזן מיך אפ!
אויב דו פארגלייכסט די 2 ברודער צו דיר, דאן........ (אריין אין פסיכאלאגישע אשכול... נא, עפן שוין אזא אשכול!...)
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:23 pm
דורך צוקער
וואס בין איך שולדיג אז מיין מאמע האט נישט חתונה געהאט צו א טייטלבוים?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 5:51 pm
דורך קרעקער
דע אייבישטער זאל העלפען אז די צוויי זאלען זיך ארימרייסען און גראדזשענען פאר די נעקסטע הונדערט יאר
די מענטשהייט האט נאר הנאה דערפין
קאמפעטישען איז געזינט סיי ברוחניות מען בויט מער אין בעסערע שענערע היכלי תורות ישיבות און שולען און סיי בגשמיות אסאך יודען האבען פרנסה
הלוואי זאל פין יעדע ווערן נאך 3
כשפעקאליר נאר ואס וואלט געווען ווען איין ברודער שטרעקט אויס צום צווייטען די הענט אנווינטשען א גיט יאר אין פראנט פין אלע קעמרעס???
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:18 pm
דורך zurich
קרעקער האט געשריבן:דע אייבישטער זאל העלפען אז די צוויי זאלען זיך ארימרייסען און גראדזשענען פאר די נעקסטע הונדערט יאר
די מענטשהייט האט נאר הנאה דערפין
קאמפעטישען איז געזינט סיי ברוחניות מען בויט מער אין בעסערע שענערע היכלי תורות ישיבות און שולען און סיי בגשמיות אסאך יודען האבען פרנסה
הלוואי זאל פין יעדע ווערן נאך 3
כשפעקאליר נאר ואס וואלט געווען ווען איין ברודער שטרעקט אויס צום צווייטען די הענט אנווינטשען א גיט יאר אין פראנט פין אלע קעמרעס???
די אנדערע וואלט זיכער צוריקגעגעיבן די האנט
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 6:10 pm
דורך berlbalaguleh
לעמיל האט געשריבן:די בלאט גייט האבען די כינוס כלל ישראל אבער נישט אז עס געוועין 40 טויזענט נאר אז אנשי שלומינו שלא כרעו לבעל בלא בלא..... האבען זיך נישט באטייליגט און די וויכטיגסטע אז סאטמער החדש האט זיך יא באטייליגט.....
קול מבשר האט א אינטערוויא מיט 30 מענטשען וואס איז געוועין די געשעעניש פון יאר תשע״ב
און אז די סיטרא אחרא האט זיך ר"ל גובר געווען אז אזא גרויסע צאל אידן בליעה"ר האבן זיך באטייליגט ביים סיום הש"ס פון דף היומי, ר"ל. אונז ערליכע יודן טוען טאקע א תשובת המשקל און מאכן נישט אויף א גמרא גזירה משום...
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 9:06 pm
דורך זר זהב
וואס איז א געשעעניש פון יאר? אן אינטערנאציאנאלע געשעעניש פון יאר דארף עס זיין עפעס וואס די גאנצע וועלט איז אויף געווען דערמיט, א שטייגער ווי דער בין לאדין געשיכטע. א מער נאציאנאלער געשעעניש איז געווען מייקעל דזשעקסאנ'ס פלוצים'דיגע פגירה אפאר יאר צוריק. א געשעעניש פון יאר דארף זיין סיי א היומאנגאס געשעעניש און סיי אן אומפאראויסגעזעהנע פאסירונג וואס האט שאקירט יעדן (אפילו אויף א קלענער'ן פארנעם)
דער סיום השאס קען באין אופן נישט קוואליפיצירן פאר א געשעעניש פון יאר. קודם כל איז עס נישט עפעס א פלוצים געשעעניש, {איך קען דיר פאראויסזאגן וואס דער געשעעניש פון יאר גייט זיין אין 7 יאר ארום... דער סיום האשאס!...} און צווייטענס ס'קרויזט אויס א ריזן חלק כלל ישראל. צענדליגער טויזענטער אידן האבן מיט'ן סיום גארנישט איינגעלייגט.
דער כינוס כלל ישראל איז קלאר דער געשעעניש פון יאר! יעדער איינער, אפילו די וואס זענען געווען דערקעגן פון זיך בפועל משתתף צו זיין, האט מסכים געווען צו וואס דער כינוס האט געוואלט ארויסברענגען. יעדער איינער איז פאר ריינערע אינטערנעט און דער כינוס האט רעפרעזענטירט יעדן. -- אויך איז דער כינוס געווען א אומפאראויסזעהנדע סמעשינג סוקסעס, קיינער האט ביז אביסל צייט פאראויס נישט געקענט פאראויסזאגן וויאזוי ס'גייט זיך אויסארבעטן!
אנדערש ווי דער סיום הש"ס וועלכער איז א ריזן סוקססעספולע אפעראציע מיט 100 טויזענטער אנגעשלאסענע/לערנער (ליידער אלע מזרע ישראל!...) איז דער כינוס געווען אן איינמאליגער איינפאל פון עטליכע אידן. ס'געווען פון אנהויב א געמבל, אזא זאך קומט נישט פאר יעדע 7 יאר, קיינער האט נישט געקענט פאראויסזאגן א סוקסעס! און ס'האט זיך אויסגעלאזט מיט איבער 60,000 מענטשן משתתפים, און נאך מער דורך אנדערע קאמיוניקיציע מיטלען.
דער אנדערע געשעעניש פון יאר איז דאס אז קרעמער האט אויפגעהערט שרייבן. אבער דאס איז דאך היינו הך! דער כינוס כלל ישראל - אונזער געשעעניש פון יאר - האט שוין אויך ארויסגעגעבן פירה'לעך, קליינע געשעענישעלעך פון יאר...
מזל טוב!
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:16 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:שרייבער האט געשריבן:און וואס איז מיט צוזאמען זיצינג פון די אדמור"י סאטמאר ביי איין טיש צוויי מאל? דאס נישט קיין געשעעניש?
אבער דאס גייט דער בלאט זיכער נישט שרייבן............
לאמיר האפן אז עס איז נאר א גוטע אנהויב, און עוד ינובון בשיבה, זיי וועלן זיצן ביי איין טיש באהבה ואחוה, הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד,
די חסידים וועלן זיך פייערליך איבערבעטן, אראפנעמען די שאנד פלעקן איינער פון צווייטן (ווי חלה דעקלעך וכדומה)
און... דאס וועט זיין די געשעעניש פונעם יאר!...

ס'איז א שיינע נבואה. אין ספר ישעי' איז פארהאן א סאך שיינע נבואות און חזיונות. אבער די געשעעניש פון יאר קומט אפצוצייכענען עפעס פון עבר. נישט פון עתיד.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:23 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:דער אנדערע געשעעניש פון יאר איז דאס אז קרעמער האט אויפגעהערט שרייבן!
