בלאט 1 פון 1
פארלוירענער אידישער טינעידזשער אפגעפונען ב"ה
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 3:48 pm
דורך זר זהב
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 3:53 pm
דורך קאווע טרינקער
גוטע נייעס
זעה מאור עינים פרשת ויצא, אז איינער וואס איז מבשר גוטע בשורות, באקומט א ניצוץ פון אליהו הנביא.
נו, האמיר דא אליהו הנביא מיט א זר זהב!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:00 pm
דורך צוקער
ברוך השם! ענדליך הערט מען שוין א גוטע נייעס דאס יאר!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:02 pm
דורך זר זהב
איצט וועט מען נעמען גוטע נייעס אפילו ס'נישט פון אונזער קאמיוניטי........
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:04 pm
דורך צוקער
וואלסט נישט געטרויערט ווען ס'געשעהט ווען א צרה ביי אן אנדערע קאמיוניטי?
ווייל ער האט אן אנדערן זיפ קאוד מעג ער ליידן ח"ו?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:06 pm
דורך זר זהב
כאב געלייגט טויזענט פונטליך פאר א ריזען
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:08 pm
דורך צוקער
זר זהב האט געשריבן:כאב געלייגט טויזענט פונטליך פאר א ריזען
יעדע ליצנות האט עפעס אן אמת אין זיך! (אריין אין פסיכאלאגישע אשכול

)
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:12 pm
דורך זר זהב
דער אמת איז אז ווען א טראגעדיע פאסירט איז דער צער ביי ביידע אייניג, עכ"פ ביי מיר. א דוגמה איז דער ביטערע עקסידענט פארגאנגענע וואך אין איסט בראנזוויק ניו דזשערזי וואו א מידל עידזש מאן און ווייב זענען געשטארבן פון א ווילדן דרייווער אהיימגייענדיג פון שול. דער צער אינישט מיט קיין טראפ ווייניגער ווי אויב ס'געשעט ווען מיט עני אנדערע איד.
ביי גוטע נייעס אין דזשענרעל איז אבער א חילוק. היימיש איז מער נאנט צום הארץ.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:24 pm
דורך צוקער
שוין, זעמיר דאך אייניג!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:28 pm
דורך זר זהב
האסטע אומזיסט געשריגן אויף מיר
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:47 pm
דורך צוקער
שוין יארן וואס איך האב מיך נישט געהויבן מיין קול אויף א צווייטן.
און אפילו יא, ביזטו זיך אליין שולדיג, האסט דיך נישט גוט ארויסגעברענגט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 6:04 pm
דורך ציגרעטל
געהערט א גוט ווארט פון ר' בערל טויבער:
מיטפילן מיט יענעמס צער איז א סאך גרינגער ווי זיך מיטפרייען מיט יענעמס שמחה... ווען איינער קומט אהיים און ס'ווייב זאגט אים די האסט געהערט? יענע און יענע שכן איז ל"ע דייאגנעזירט געווארן מיט יענע מעשה ל"ע!!! ער ווערט אויס מענטש, אבער עס גייט אריבער אפאר מינוט און זעצט זיך צום טעלער און ער עסט א פיינעם נאכטמאל און אלעס איז פיין. משא"כ ווען איינער קומט אהיים און ס'ווייב זאגט אים די האסט געהערט? יענע און יענע שכן האט געווינען א מיליאן דאלער!! ער פרייט זיך זייער שטארק ער זעצט זיך צום טיש און.... מ'קען נישט עסן...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 8:24 pm
דורך געפילטע פיש
האסט געליינט דעם ארטיקל? ס'שמעקט עפעס זייער מאדנע.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 7:23 pm
דורך נולד מאוחר