בלאט 1 פון 1
דריי פרישע ישיבות אין וומס"ב אויף תשע"ג
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:31 am
דורך גוטזאגער
אויפען קומענדיגען זמן וועט זיך עפנען אין וומס"בדריי נייע ישיבה קטנה'ס
כתר התורה
מנהל: הרב? פאלאק
צעהלים
עפנט זיך נאכעמאל אויף
נייטרא
תולדות צבי דספינקא (ר' אייזיק)ו
ווער עס ווייסט מער דעטאלען איז מכובד עס אהערצושטעלן
אינטערסאנט איז אז וומס"ב פארמאגט אזויפיל ישיבה קטנה'לעך אבער נישט קייןישיבה גדולה ( פארשטייזיך אויב מען רעכנט נישט קווינס
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 10:08 am
דורך אוי טאטי
קודם כל זעה איך פיר.., אבער עס איז נאר בעסער!.
זאל דער אייבירשטער העלפען עס זאל טאקע מצליח זיין, עס פעלט אויס פארן ציבור, און עס זענען שוין געווען אפאר ישיבות וואס האבן זיך געמוזט פארמאכן.
און לגבי וואס די פרעגסט וועגן ישיבות גדולות, איז ווייל רוב ישיבות עפענען קודם מיט א ישיבה קטנה, און עס זענען געווען אפאר וואס האבן טאקע געפלאנט צי עפענען א ישיבה גדולה, אבער האבן פארמאכט פארדעם,
דאכציך מיר אז עס איז נישט דא קיין איין ישיבה וואס איז ספעציעל נאר פאר ישיבה קטנה, אלע זענען אויפן וועג פאר א ישיבה גדולה אויך, און איך מיין אז דינוב, און קאשוי, האלטן שוין כמעט דארטן, זאלן זיי טאקע מצליח זיין!.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 10:48 am
דורך לעמיל
דינוב האט שוין א ישיבה גדולה עס איז אבער אין קווינס
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 11:04 am
דורך היסטאריקער
א ישיבה ״פאר״ וומסב״ג בחורים איז דא אסאך, סאטמאר קר״י/קווינס, און נאך
איך פארשטיי אז דא רעדט מען פון א ישיבה ״אין״ וומסב״ג
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 11:13 am
דורך כ׳בין פריי
גוטזאגער האט געשריבן:אויפען קומענדיגען זמן וועט זיך עפנען אין וומס"ב דריי נייע ישיבה קטנה'ס
כתר התורה
מנהל: הרב? פאלאק
דאכצעך מיר ער הייסט ר' מרדכי שמעי' פאלאק.
שוין געווען מנהל 2-3 יאר ביי רבי חיים יושע ה"ש פון סאטמאר מאנסי, ביז די ישיבה האט זיך פארמאכט. דערנאך געווען משגיח אין איינע פון די אפטיילונגען אין מאנרא ישיבה.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 11:36 am
דורך [NAMELESS]
וואס איז מיט ישיבה חמדת התורה??
viewtopic.php?f=3&t=779
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:01 pm
דורך קלאר
כ׳בין פריי האט געשריבן:גוטזאגער האט געשריבן:אויפען קומענדיגען זמן וועט זיך עפנען אין וומס"ב דריי נייע ישיבה קטנה'ס
כתר התורה
מנהל: הרב? פאלאק
דאכצעך מיר ער הייסט ר' מרדכי שמעי' פאלאק.
שוין געווען מנהל 2-3 יאר ביי רבי חיים יושע ה"ש פון סאטמאר מאנסי, ביז די ישיבה האט זיך פארמאכט. דערנאך געווען משגיח אין איינע פון די אפטיילונגען אין מאנרא ישיבה.
נאך א תורה ישיבה פין סאטמאר?
אדער א פריוואטע ישיבה?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 6:14 pm
דורך berlbalaguleh
לעמיל האט געשריבן:דינוב האט שוין א ישיבה גדולה עס איז אבער אין קווינס
סאטמאר האט אויך, אבער ס'איז אין קווינס. נישט אין וויליאמסבורג.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 6:37 pm
דורך שמואל הלוי
ווי איז ר' יואלי ראטה'ס ישיבה, נישט אין ווילי?
דאכט זיך אז דארט לערנען ישיבה גדולה בחורים.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 8:41 pm
דורך אוי טאטי
קלאר האט געשריבן:כ׳בין פריי האט געשריבן:גוטזאגער האט געשריבן:אויפען קומענדיגען זמן וועט זיך עפנען אין וומס"ב דריי נייע ישיבה קטנה'ס
כתר התורה
מנהל: הרב? פאלאק
דאכצעך מיר ער הייסט ר' מרדכי שמעי' פאלאק.
שוין געווען מנהל 2-3 יאר ביי רבי חיים יושע ה"ש פון סאטמאר מאנסי, ביז די ישיבה האט זיך פארמאכט. דערנאך געווען משגיח אין איינע פון די אפטיילונגען אין מאנרא ישיבה.
נאך א תורה ישיבה פין סאטמאר?
אדער א פריוואטע ישיבה?
נאך א ישיבה פון סאטמאר.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:00 am
דורך פויער
איך מיין ס'איז שוין צייט צו סטאפן די ישיבה'ראציע עפענונגן.
די לעצטע פאר יאר איז דא א 'יעשיווע אפענינגס סערמאניעס', עס גייט בערך אזוי:
א שיינע אידל וואס האט אמאל געהאט (אדער שטארק געוואלט האבן) א שיינע פאסטן, און זיין טאטע אדער שווער איז געווען א מוהל אדער שוחט נאך פונדערהיים, איז דאך ממש אומ'יושר אז ער זאל נישט קריגן עפעס א לאנגע טיטל שלא תשכח מפי זרעו, הענגט מען בין הזמנים מודעות אז "אחר יגיעה רבה... נעתר לבקשתינו... בלא בלא בלא... מ'עפנט א ישיבה פאר ספעציעלע\צובראכענע\אלטע\ בחורים... בלא בלא בלא... כא כא כא... מ'עט שטייגן אין טוירע יראס שאמאיעם... הא הא הא... מיט אש"ל מלא, קא קא קא... אא"ו, עס זאמלען זיך אן צווישן 8 און 14 צוהאקטע נשמות פון אלע יארגענג וואס וואלגערן זיך שוין יארן פון איין ישבה צום צווייטן און מ'געט זיי לאנטש מיט סאפער. ווינטער קומט שרעקליכע פלאקאטן אז די ישיבה איז אונטער א פינאנצליכע אונטערגאנג רח"ל ה"י היל"ת ל"ע! און אויב יעדער ראש המשפחה גייט נישט קומען צום מלוה מלכה דעם מוצש"ק און געבען לכל הפחות $500 פאר די הייליגע ישיבה: עלען מיר זיין געצווינגען צו פארשפארן די ישיבה! ה' ישמרנו!
און פארשטייט זיך דעיס געשעהט און ס'ווערט שטיל פאר א יאר צוויי און אודך..
האב איך א שטיקל פלאן פאר די צדיקים פון די סארט וואס ווילן באמת אויפטוהן פאר אידישקייט, גייט אין די אידישע געגענטער און עפענט אפאר פיינע רעסטוראנען און קרעטשמעס, עסטו האבן אסאך תלמידים, און עסס נאך ארויסגיין מיט עפעס ריוח אויך מסתמא...
צלח ורכב!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:43 am
דורך town1
געזען אדווערטייזט אז אין מאנסי גייט הר"ר מענדיל רובין שליט"א עפנען א ישיבה גדולה אור מנחם קאלביסוב
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:25 pm
דורך לעמיל
גוטזאגער האט געשריבן: צעהלים
עפנט זיך נאכעמאל אויף
זיי האבען נישט געפענט צום סוף
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:29 pm
דורך קליגער איד
עס איז געווען 4 תורה ישבות ביז דעי זמן ....קרן תורה האט זיך פארמאכט אנשטאט דעים האט מען געפענט כתר תורה