בלאט 1 פון 1

די נאבעל פרייז

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:47 pm
דורך יידל
יעדער איינער ווייסט איבער דעם נאבעל פרייז. אלפרעד נאבעל איז געווען א שוועדישער כעמיסט און איז געווען ברייט באקאנט פארן ערפינדען דעם שעדליכן אויפרייס מאטעריאל דיינעמייט. אין 1888 איז זיין ברודער געשטארבן אין א פראנצוזישער צייטונג האט בטעות פארעפנטליכט א הספד אויף אלפרעד וואו זיי האבן אים שארף אראפגעריסן פאר זיין דיינעמייט ערפינדונג, שרייבענדיג אז "דער סוחר פון טויט איז טויט" און אז "דר. אלפרעד נאבעל, וועלכער איז רייך געווארן דורכן ערפינדען א וועג וויאזוי צו הרג'ענען מער מענטשן שנעלער ווי קיינמאל פריער, איז נעכטן געשטארבן". אלפרעד האט דאס געליינט און דאס האט אים געברענגט צו מאכן א חשבון הנפש אז דאס איז נישט די וועג וויאזוי ער וויל אז זיין זכרון זאל פאראייביגט ווערן. ער איז עווענטואל אויפגעקומען מיט די געדאנק אז מ'וועט בחיים חיותם פון שעפערישע מענטשן זיי באערן מיט א פרייז פאר זייער שעפערישקייט, אזוי אז דאס וועט ברענגן די מענטשן און אנדערע צו מאכן זיכער אז זיי ווייסן פאר וואס זיי וועלן געדענקט ווערן.

אלפרעד האט פאר דעם צוועק אפגעשיידט די סומע פון 31,225,000 שוועדישע קאראנער, וואס איז אויסגעקומען צו זיין 94 פראצענט פון זיין פארמעגן און האט באשטימט פינף נאבעל פרייזעס וועלכע זאלן אויסגעטיילט ווערן יערליך: פיזיקס, כעמיקס, ליטעראטור, מעדעצין אדער פיזיאלאגיע און שלום. אין 1986 האט מען צוגעלייגט א זעקסטע פרייז פאר עקענאמישע סייענס. די פרייזעס ווערן געטיילט יערליך און היינט צו טאגס, אין די אינטערנעט עפאכע, קען מען דאס שוין מיטהאלטן לייוו. די צערעמאניעס היי יאר וועלן זיך אנהייבן אום אקטאבער 8, שמיני עצרת.
די אשכול איז געווידמעט צו אנאנסירן און דיסקוסירן די נאבעל פרייז געוואונער און זייערע אויפטוען, היינטיגע אזוי ווי אמאליגע.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:02 pm
דורך זר זהב
יא יא און אבאמא האט באקומען דעם נאבעל פרייז פאר שלום נאך פאר ער איז אפילו געווארן פרעזידענט!

ווער ס'נעמט זיי סיריעס דארף א גוטן אינטעזוכונג.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:34 pm
דורך לאדיך אפ
ס'נישט אינגאנצן אזוי. די חלק וואס געט פאר סייענס איז זייער סיריעס. ס'נאר ליטרעטשור און פיעס וואס איז אביסל out of hand

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 3:18 pm
דורך ידען
וואס טאקע האט אבאמא געטוהן פאר שלום אז ער זאל באקומען די נאבעל פרייז?

סע דא וואס זאגען אז די שוועדישע ליבערעל חברה האבען איהם פשוט ליעב געהאט און זיך געפרייט איהם צו געבען ווי נאר ער האט געזאגט א שיינע דרשה וועגען שלום.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 12:02 pm
דורך גוטזאגער
וויפיל געלט באקומט א געווינער היינט צוטאגס? און פון ווי האט די נאבעל קאמיטע די געלט צו צאלען?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:14 pm
דורך ידען
איך האב א טשענס צו באקומען א נאבעל פרייז? :roll:

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 2:19 pm
דורך גוטזאגער
קנאבעל ביי מלווה מלכה קענסטו אויפיקען ביי עטליכע מקומות.....