בלאט 1 פון 1

פרייע אנטי-וויירוס

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:03 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז די בעסטע פרייע אנטי-וויירוס פראגראם וואס מ'קען דאונלאדן פאר די קאמפיוטער??

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:45 pm
דורך געפילטע פיש
איך נוץ Microsoft Security Essentials אויף מיין פערסענאל קאמפיוטער, איך ווייס נישט אויב ס'איז די בעסטע, אבער ס'לאזט צורוה, אן קיין פאפ אפס, און אנאנסירט נישט יעדע מאל ער אפ-דעיט זיך.ווילאנג דו האסט נישט קיין פראבלעמען וויסטו אפילו נישט אז ער איז דארט.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:53 pm
דורך [NAMELESS]
שאך מאט!!!
איך קען עס נישט דאונלאדען ווייל....
you may be a victim of software counterfeiting
!!!

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 11:20 pm
דורך חכם מחוכם
AVG האט א פרי פראגרעם , די internet security קאסט געלט אבער דאס נישט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:47 am
דורך משה רוקח
MSE is probably the best free anti-virus. But you must have a legal copy of Windows in order it should work.
AVG is a good anti-virus but is very heavy and slows down your computer as well as it makes you crazy with stupid notifications.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:41 am
דורך שמעקעדיג
ס'איז פאראן נאך 2 פרייע פראגראמען
avira
avast
מאך א סוירטש אויף גוגל און דו וועסט תיכף אנקומען דערצו.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:46 am
דורך משה רוקח
איך נוץ טאקע עוועסט.
ס'איז זייער א לייכטע פראגראם און גרינג צו נוצן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:05 pm
דורך דבילה
משה רוקח האט געשריבן:איך נוץ טאקע עוועסט.
ס'איז זייער א לייכטע פראגראם און גרינג צו נוצן.


גם אני בחלומי. אוואסט איז לייכט און געשמאק. הגם ס'פריי פארלאנגט ער רעגיסטראציע. דער באצאלטע ווערסיע איז נאך פיל שטערקער און בעסער און ס'קאסט נישט קיין סאך.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 7:16 pm
דורך געפילטע פיש
און וואס נוצטו בהקיץ?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 9:49 pm
דורך משה רוקח
בהקיץ נוצט מען דעם קאפ נישט אנצונעמען קיין USBs פון קיין צווייטן און נישט באזוכן קיין וועבסייטס וואס האבן אין זיך אלע וויירוסעס.
איך האב שוין נישט געהאט קיין וויירוס אויף מיינע קאמפיוטערס פאר איבער זעקס יאר (מיין אנטי וויירוס האט אויך גארנישט געדארפט אפשטעלן).

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:36 pm
דורך געפילטע פיש
יא, גערעכט, איך האב אויך נאכנישט געהאט קיין מרעין בישין אויף מיין קאמפיוטער, אז מ'פאסט אויף וואו מ'גייט, און וואס מ'נעמט אריין אין מויל (USB port) קומט מען נישט צו קיין מכשולות.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:54 pm
דורך שמעקעדיג
וכן אני נוהג. שוין נישט געהאט די צרות גאר א לאנגע צייט, ה' זאל העלפן ווייטער.
אויפן קאמפיוטער בין איך זייער נעטורעל מיינדעד. אינדערהיים ביי מיר רוק איך פעטע סאפערס און ליידער ווייניג פרוכט און וויייניג עקסערזסייז.