לערנען ענגליש

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
גוטזאגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:03 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

לערנען ענגליש

שליחה דורך גוטזאגער »

אזוי ווי איך האב א שטיקל באקאנטשאפט מיט די ענגלישע שפראך וועל איך פארלייגן פארן ציבור מיינע ידיעות, און אזוי ארום פרובירן אביסל צו לינדערן די שמערצליכע בושות און ווייטאג וואס מען האט ווען מען אנקערט זיך אן אין א שווערע ווארט צו זאץ און מען ווערט צואמפערט און.... שוין.

ליגט א חיוב אויף אונז ארויסהעלפן אחינו בני ישראל הנתונים בגולה, וואס זיי מוזן צוקומען צו די גוי'אישע שפראך, אבער פארשטייט זיך חלילה וחס עס זאל ניטאמאל ארויפקומען אויפן געדאנק צו בועט זיין אין די שפראך וואס האט אונז ביז יעצט אזוי שיין אויפגעצויגן, ווייל עס איז נישט אויסגעהאלטן מאראליש-ווייז (צווייטענס, אפי' דו ווילסט וועסטו עס נישט קענען מאכן ענגליש פאר דיין שפראך).

איך בין גרייט צו ארויסגעבן מיינע צוויי צענט וואס פאר ווער עס קען דאס נישט וועט עס זיכער זיין א הילף, אבער אזוי ווי איך קען נישט זען מיינע תלמידים, און איך קען נישט זעהן צו א ניק שאקעלט מיט די קאפ אדער ער שלאפט גאר איין ביי מיין שיעור (איין זאך איז זיכער, קיין מאראנצן שאלאכטס וועט מען נישט קענען ווארפן אויף מיר......) וועל איך ווארטן אז אפאר חברה זאלן רעאגירן און פארלאנגען אז זיי ווילן הערן, וועל איך גיין ווייטער מיט "אפעראציע ענגליש", און אויב נישט וועט דער אשכול מיטפארן מיט די אלע טויטע געהענגלען אינעם תהום אריין..

אבער איך וויל דאך אז די וואס פארלאנגען עס זאלן כאטש וויסן אין וואספארא ריזיקע זיי לייגן זיך אריין, וועל איך געבן א שטיקעלע אינטראדאקשען:

א. כללא דמילתא
ווען איך פלעג זען א מודעה אז א טיטשער מיט פולע יארן ערפארונג איז גרייט אויס צו לערנען ענגליש, פלעג איך מיך וואונדערן, וויאזוי לערנט אויס די טיטשער פאר זיינע קונדן די שפראך? ער נעמט א ווערטער בוך און ער חזר'ט איין די ווערטער פאר זיינע תלמידים אזוי ווי מיינע רבי'ס האבן מיר אויסגעלערנט די אקדמות? ווער קען געדענקען אזויפיל ווערטער? נאר וואס דען, דער טיטשער שטעלט זיך בכלל נישט אויס צו לערנען די טייטש, ער לערנט אויס די כללים פון די שפראך, און פאר מער א העכערע לעוועל לערנט דער טיטשער די גראמאטיק און די אויסלייג פון די שפראך, און אויטאמאטיש אז מען האט די שליסלען קען מען שוין עפענען די פארשלאסענע טויערן.

ב. מעשה לסתור
אבער מיינטס נישט אז מען ווערט אזוי שנעל באלעבאס אויף די שליסלעך און די כללים פון די שפראך, ווי מער מען טוט אין די יסודות און די כללים פון די שפראך אלץ מער ווערט עס קאמפליצירטער און פארפלאנטערט, אזש עס קען זיך דאכטן אז אראפשרייבן א זאץ אז עס זאל שטימען מיט אלע כללים איז שוין שווערער ווי א שחמאט, און די שוועריגקייטן קומען וויבאלד עס איז דא אסאך כללים, און יעדע איינציגע כלל פארמאגט א יוצא מן הכלל! און בפרט ענגליש וואס שלעפט צוזאם ווערטער און כללים פון אלע שפראכן (אבער ענק דארפן נישט ווערן צובראכן, ווייל קודם וואס וועט שאטען אז מען וועט וויסן אביסעלע מער, און עס קען נאך צוניץ קומען ווייל עס קען אויסקומען אז מען זאל ווערן סטאק ביי איין געוויסע פונקט, און ווי נאר מען כאפט זיך יא, מען האט שוין געליינט דערוועגן וואס עס מיינט, ווערט שוין גלייך פארשטענדליך דאס איבריגע).

ג. מים שאין לו סוף
די מעלה פון ענגליש אז מען ווערט קיינמאל נישט פארטיג..... יעדעס יאר קומט צו פרישע ווערטער, און אפי' די ווערטער וואס זענען שוין לאנג פארענגלישט קען מען נישט אזוי שנעל דעריאגן ווי דער וואס איז אויפגעוואקסן מיט די ענגלישע שפראך, ממילא זאל מען זיך נישט איינרעדן אז מען וועט קענען א פיקס-פארטיגע ענגליש, ווייל אפי' איינער וועט דורכליינען אלע שיעורים פון קאווע שטיבעל האט נאך א לאנגע וועג צו גיין..
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין

דער אשכול פארמאגט 60 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר