אתרוג ווי א שידוך?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 10:51 am
כ'זיץ אין מיין שול און איך גרייט זיך אומוויסענדיג פאר א דזשורני, ס'פלוצלינג אריין געקומען דער לאקאלער אתרוג סוחר פון שול און אלע חברים/אינגעלייט וועלן אין אפאר מינוט קומען קוקן דא פאר אן אתרוג. דער ערשטער קומט צו גיין א גאנץ קיהלער אבער וואוילער אינגערמאן, ער איז דא אזוי פריה ווייל ער וויל אראפ מיט די פרעשור זאגט ער מיר. ער קוקט איינס צוויי, זיין געזיכט ווערט ערנסט און נאך 2 מינוט דינגט ער זיך שוין מיט'ן סוחר/חבר.
איך האב ליעב צו לייענען די פנים'ער און איך קען עס גוט אפלייענען, איינע פון מיינע חושים. דער אינגערמאן האט אויסגעזען ווי ער גייט דא א שידוך
טוהן פאר זיך אליין!
איך האב גלייך געקענט זעהן ווען ער האט געהאלטן דעם 2'טן אתרוג אז זיין פנים איז געווארן ערנסט ווי איינער זאגט "איך האב געטראפן וואס איך וויל" און מיט אביסל
א זויערעדיגע מינע אויפ'ן פנים וואס זעהט אויס מער דערשראקן ווי איינער זאגט וועל איך דאס קענען האבן פאר א גוטן פרייז?
-- פארוואס איז עס אזוי פערסאנעל וויל איך פארשטייט?!?
5 מינוט שפעטער קומט אריין א צווייטער, נישט סתם א צווייטער נאר טאקע דער צווייטער. יענער איז נישט סתם קיהל, יענער געט פשוט נישט קיין ... פאר גארנישט! ער איז ניטאמאל
א באם, ער איז סתם קערלעסס אפילו פאר זיך אליינס. די שוידערליכסטע טראגעדיעס בארירן אים נישט! נישט ווייל ער איז א שלעכטער, סתם דאס איז ער, קאלט און שיטראק-לאז.
מאנכע ציטערן צו שטיין אין זיינע 2 אמות, ער איז אנפרעדיקטעבל. ער געט א שריי אויס 'אהער מיט אן אתרוג'! זיין חבר/סוחר דערלאנגט אים אפאר באקסעס ער זעצט זיך אנידער
ער נעמט ארויס דעם ערשטן אתרוג און ער ווערט פארשוואונדען. ניין, ער איז נישט אנטלאפן, זיין גוף איז ווייטער אויפ'ן בענקל מיט'ן אתרוג אין איין האנט די ברילן אין די צווייטע, אבער זיין פערסאנע איז נישט צום געפונען מער. ער דרייט ארום דעם אתרוג פון אלע זייטן ער זוכט און ווישט מיט אזא סיריעס ערנסטקייט אויפן' געזיכט כאילו ער איז אויף א מיסיע דא פונעם קעניג אליין.
-------------
איך האב קיינמאל נישט אריינגעטראכט בעפאר וואספארא שטארקער כח דער פשוטער אתרוג האט. ס'איז מטהר טמאים, ס'מענטשל'ט אויס פארריקטע, ס'מאכט ווארעם די קיהלע נאך אפילו פאר מ'האט געטון די מצוה דערמיט.
איז עס טאקע העכערע זאכן? איז עס א באווייז אז אונזער חינוך איז סוכ"ס אינטאקט?