בלאט 1 פון 1

איר ווילט עפעס שרייבן, איר האט נישט וואס? מאכט אייך באקוועם!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:46 pm
דורך אוי טאטי
ס׳מאכט זיך אמאל מען האט נישט וואס צי טון, קומט מען אריין דא אונעם שטיבל, מען קוקט זיך אום וואס מען האט פארפאסט די לעצטע פאר שעה, מען זוכט וואס נאך מען קען טון, אבער מען טרעפט נישט, מען פרובירט צי ריפרעשן אפשר דאך וועט זיך איינער מרחם זיין און צולייגן עפעס.. אבער א פייג, ס׳איז שטיל!,

איז וואס קען מען טון?!
עפען איך די אשכול יעצט, אז אויב עס וועט זיך מאכן נאך איינער וואס וועט זיין אין די מצב וואס איך בין יעצט, זאל ער נישט ווערן פארלוירן, נאר ער זאל קענען דא אריינקומען און שרייבן וואס עס גלוסט איהם, עס מוז נישט שטימען, עס מיז נישט האבן קיין שייכות מיט פריערדיגע תגובות, נאר סתם פירקלען לשם פירקלען, ער זאל קענען פילן wow איך האב געשריבן עפעס...

גייטס פירקעלטס!..

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:54 pm
דורך לעמיל
איך מיין עס איז איז שוין דא אפאר אזלכע אשכולת און שמייכל פורום, אפשר זאל מען עפענען א בארד פארום פאר חברה וואס זענען בארד...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:58 pm
דורך טראכט
עס איז שוין צייט צו עפענען א באזונדערע פארום פאר די אלע פירקלען אשכולות,
איך זע אז לעמיל האט פיר שוין אויסגעכאפט... אבער דא מעג מען דאך פירקלען, וועל איך טאקע זאפארט דריקן דעם ״שיק״ קנעפל

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:36 pm
דורך דולה ומשקה
ה' ישמרנו ווי אזוי און פארוואס בין אהער געקומען, ווי האלט איך אויף דער וועלט??

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 11:31 pm
דורך סאשי פיש
וואס זאל איך שרייבען יעצט ???
איך דארף אנקומען צו 200 תגובות

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 11:43 pm
דורך יין שרף
כ'אמיר געוואונדערט פארוואס די ביסט לעצטענס ארויף אויך אלע סאוציאלע וועב זייטלעך צו נעמען בילדער צו פאוסטען.......

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 11:46 pm
דורך סאשי פיש
דאס איז געווען צו ווערען א ידיד אין שטיבעל

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 11:56 pm
דורך יין שרף
ווערט מען נישט א ידיד פאר 200?
סייווי א ידיד ביסט אלץ געווען, וואסארא חילוק וואס ס'שטייט לעבן די ניק???

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 12:00 am
דורך ניו יארק
לייק'ס אין דעם אשכול האט נישט קיין קעש וועליו...

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 12:29 am
דורך יין שרף
דהיינו אויב ס'סייווי נישט ווערט זאל מען זיך נישט מטריח זיין צו געבן?
אדער דאס האסטו געשריבן פאר די סעלפיש חברה וואס קענען ח"ו נישט דערלאנגען א לייק ניטאמאל בשוגג, מעגן דא געבן ווייל יענער וועט סייווי נישט פארדינען???

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 12:31 am
דורך סאשי פיש
ניו יארק האט געשריבן:לייק'ס אין דעם אשכול האט נישט קיין קעש וועליו...

פארוואס???

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 10:11 am
דורך אבזערווירער
ווייל א לייק קען מען אויסלייקן מיטן גראבן פינגער אראף, ומאי אהני לן רבנן......

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 10:42 am
דורך טעפל
ווען ס'האט ווען א קעש וועליו וואלט איך געוועהן אן ארימאן..

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 11:29 am
דורך אבזערווירער
אשריך וואויל איז דיר וואס ביזט נישט קיין עני ואביון די האסט ב"ה וואס צו טון, און דיין אריינשפאצירן דא איז נישט חלילה פאר ארבעטלאזיקייט :lol:

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 3:56 pm
דורך טעפל
יא געלויבט דער פון אויבן!