בלאט 1 פון 1

וואס טוט מען מיט אן אומגעווינטשע לייק?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:10 pm
דורך נולד מאוחר
אן כופר האט מיר געלייקט וואס טוט מען. viewtopic.php?p=48218#p48218
איז דא אן הלכהדיגע פראבלעם צי עקסעפטן אן מתנה פון א מין?
סשמעק מיר נישט אז א כופר לייקט מיינע רייד. סאיז נישט קיין גוטע סימן.
זאל איך בעטען אז ער זאל זיך עס האלטן? איגנארען?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:14 pm
דורך זר זהב
שרייב נישט עפעס וואס וועט אפילו נאר מספק געפעלן א כופר. וואס ס'איז שוין געטון איז אין להשיב... נעם דיך אונטער צו שרייבן נאר אויסגעהאלטענע זאכן. קענסט בעטן השם ער זאל פארמעקן דעם לייק, ענליך זעהט מען ווען א מענטש האט עובר געווען און געוואוינט מיט א גויטע און געהאט קינדער אויב טוט ער באמת תשובה נעמט דער אייבישטער אוועק יענע קינדער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:14 pm
דורך לעמיל
נעקסט טיים וואטש מער וואס דו שרייבסט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:24 pm
דורך נולד מאוחר
אזוי שלעכט האב איך געשריבען?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:25 pm
דורך זר זהב
יא

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:26 pm
דורך villager
זייער פשוט, רעדאגיר דיין תגובה און שרייב אריין "שמע ישראל ד' אלקינו ד' אחד" און ער וועט עס גלייך אויסלייקן, אז נישט האט ער כאטש געלייקט השם אחד.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:28 pm
דורך נולד מאוחר
זר זהב האט געשריבן:יא

פעקטשאל אדער אידשלעך?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:29 pm
דורך זר זהב
פעקטועל בעיקר

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:31 pm
דורך לעמיל
נולד מאוחר האט געשריבן:אזוי שלעכט האב איך געשריבן?

דו האסט נישט וועלנדיג געגעבן סיפוק פאר א כופר.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:35 pm
דורך נולד מאוחר
זר זהב האט געשריבן:פעקטועל בעיקר

נא פעקטשאל איז דאך מותר.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:36 pm
דורך זר זהב
נישט אין אידישקייט ענינים

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 4:58 pm
דורך zurich
villager האט געשריבן:זייער פשוט, רעדאגיר דיין תגובה און שרייב אריין "שמע ישראל ד' אלקינו ד' אחד" און ער וועט עס גלייך אויסלייקן, אז נישט האט ער כאטש געלייקט השם אחד.

האסט מיר אויסגעכאפט אקוראט דעיס געוואלט שרייבן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 8:26 pm
דורך נולד מאוחר
villager האט געשריבן:זייער פשוט, רעדאגיר דיין תגובה און שרייב אריין "שמע ישראל ד' אלקינו ד' אחד" און ער וועט עס גלייך אויסלייקן, אז נישט האט ער כאטש געלייקט השם אחד.

ענדערש בלייב איך מיט א טריפנם לייק ,ווי איידער ער זאל מחלל שם זיין,מיטן אראפנעמן א לייק ציליב שמע ישראל.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 9:26 pm
דורך קאמפיאטער
איך האב אן עצה (עס איז מיר בייגעפאלען אינמיטן שמו"ע, יא נולד כ'האב געטראכט פין דיין פראבלעם אסאך), אבער מיר דארפן האבן די קאפעראציע פינעם עולם.
עס איז דא הלכה פין ביטל ברוב סא לאממיר אלע דא געבן א לייק פאר נולד מאוחר, אין די כופר וועט נישט וויסן ווי זיך אהין צי טין.


איך גיי טאקע גלייך מקיים פסק זיין (אפי' איך האב נאך קיינעם נישט געלייקט, גיי פרעג פארוואס? איך האב קיינמאל נישט געוואלט זיין די ערשטע.) אין דער עולם ווערט געבעטן ארויסציהעלפן אינזער חבר מיט זיין פראבלעם.

אין ביי דעי וועי האלט איך אז די האסט זייער גיט געזאגט אין דער כופר האט דיר נאר געלייקט ווייל ער האט זיך געפילט אזוי נישט אין פלאף אין יעדער וואס זעהט אויס אז ער האלט ווי אים איז ער העפפי אבער עניוועיס גיימער לייקן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 10:22 pm
דורך villager
דאס הייסט איך זאל לייקן א זאך וואס איך האלט נישט פון דעם? ער קען עס טוישן צו סיי וואס, אפילו לארעם איפסום איז גענוג.

אנטשולדיגט!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 10:49 pm
דורך yisroelotd
למעלת כבוד ידידי היקר, נולד מאוחר הי"ו."ת הרמה, מאד כואב לי לראות שבלי דעת גרמתי לך חלישות הדעת, באמת לא התכוונתי לזה, ונא למחול לי.

און צו די אנדערע, איך וואלט קיינמאל נישט אראפגענומן א לייק פון שמע ישראל, פשוט אלס מיין רעספעקט פאר די עולם דא.
ואליבא דהלכתא אינה לחוש כלל לזה, שמותר לקבל מתנה מכופר כל עוד שאינו מתחזק מזה, דלא גרע ממיו
אחדשה"ט כראוי וכיאות לכ

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 11:11 pm
דורך villager
אוי ישראלי'קל דיין auto correct איז דאך אזוי פאררוקט, כ'מיין מ'קען עס דיסעיבלען ביי די סעטטינג'ס.

קענסט דיר פארשטעלן וויאזוי די וועלט וואלט אויסגעקוקט ווען אלעס איז אויף auto?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 11:23 pm
דורך zurich
yisroelotd האט געשריבן:למעלת כבוד ידידי היקר, נולד מאוחר הי"ו."ת הרמה, מאד כואב לי לראות שבלי דעת גרמתי לך חלישות הדעת, באמת לא התכוונתי לזה, ונא למחול לי.

און צו די אנדערע, איך וואלט קיינמאל נישט אראפגענומן א לייק פון שמע ישראל, פשוט אלס מיין רעספעקט פאר די עולם דא.

דאס איז טאקע די איינצוגסטע סיבה?
און וואס איז מיט רעספעקט פארן אייבערשטען?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 11:39 pm
דורך נולד מאוחר
קאמפיאטער האט געשריבן:איך האב אן עצה (עס איז מיר בייגעפאלען אינמיטן שמו"ע, יא נולד כ'האב געטראכט פין דיין פראבלעם אסאך), אבער מיר דארפן האבן די קאפעראציע פינעם עולם.
עס איז דא הלכה פין ביטל ברוב סא לאממיר אלע דא געבן א לייק פאר נולד מאוחר, אין די כופר וועט נישט וויסן ווי זיך אהין צי טין.


איך גיי טאקע גלייך מקיים פסק זיין (אפי' איך האב נאך קיינעם נישט געלייקט, גיי פרעג פארוואס? איך האב קיינמאל נישט געוואלט זיין די ערשטע.) אין דער עולם ווערט געבעטן ארויסציהעלפן אינזער חבר מיט זיין פראבלעם.

אין ביי דעי וועי האלט איך אז די האסט זייער גיט געזאגט אין דער כופר האט דיר נאר געלייקט ווייל ער האט זיך געפילט אזוי נישט אין פלאף אין יעדער וואס זעהט אויס אז ער האלט ווי אים איז ער העפפי אבער עניוועיס גיימער לייקן.

דאכט זיך ביי זאלכע הארבע זאכן העלפט נישט הלכות ביטל. אזוי האט מען געפסקנט ביי זי שייטל פרשה.
עניוועס כדאנק דיר פאר מיר אינזין האבן ביים דאווענן אין אזא דערהויבנע טאג.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 11:43 pm
דורך villager
zurich האט געשריבן:
yisroelotd האט געשריבן:למעלת כבוד ידידי היקר, נולד מאוחר הי"ו."ת הרמה, מאד כואב לי לראות שבלי דעת גרמתי לך חלישות הדעת, באמת לא התכוונתי לזה, ונא למחול לי.

און צו די אנדערע, איך וואלט קיינמאל נישט אראפגענומן א לייק פון שמע ישראל, פשוט אלס מיין רעספעקט פאר די עולם דא.

דאס איז טאקע די איינצוגסטע סיבה?
און וואס איז מיט רעספעקט פארן אייבערשטען?


גלייבט ער דאך נישט במציאות אלקים ל"ע וויאזוי ווילסטו ער זאל האבן רעספעקט פאר א זאך וואס ער גלייבט נישט?

אגב איז אינטרעסאנט אנצומערקן ווערטער פונעם בריסקער רב ז"ל (בית הלוי): מי שפג לבו מלהאמין אין לו רפואה בידי אדם, דכל מה שירבה חברו להתווכח עמו להחזירו לאמונה לא יועיל כלל, דהרי כל סוף ההוכחות והראיות מוכרח לבוא לאמונה".

נאך אלעם איז אמונה א מתנה, אויב איינער איז מחליט נישט צו גלייבן איז ער אין בעד בעד שעיפ פאר די רעסט אוו היס לייף, נאר השי"ת קען אים היילן, זאל טאקע השי"ת רחמנות האבן אויף אלע פארבלאנדזשעטע מוחות, וילמדו תועים בינה במהרה בימינו.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 3:43 am
דורך נולד מאוחר
yisroelotd האט געשריבן:למעלת כבוד ידידי היקר, נולד מאוחר הי"ו."ת הרמה, מאד כואב לי לראות שבלי דעת גרמתי לך חלישות הדעת, באמת לא התכוונתי לזה, ונא למחול לי.

און צו די אנדערע, איך וואלט קיינמאל נישט אראפגענומן א לייק פון שמע ישראל, פשוט אלס מיין רעספעקט פאר די עולם דא.
ואליבא דהלכתא אינה לחוש כלל לזה, שמותר לקבל מתנה מכופר כל עוד שאינו מתחזק מזה, דלא גרע ממיו
אחדשה"ט כראוי וכיאות לכ

איך האב נעכטען יעדעם מוחל געווען.
מיט דיין בעטן מחילה האבן מיר דרך אגב א משל פאר די נושאמארל אן ריליגיע
Just in caseשמע ישראל .......

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 11:59 pm
דורך טאמבל סאס
איך וואונדער מיר צו ס'איז דא אזעלכע וואס פארגינען עמיצן א לייק פאר א געוויסע תגובה, אבער שעמען זיך וואס אנדערע וועלן זאגן, 'נו, ס'פאסט נישט. לייקן זיי אן אנדערע לעצטיגען תגובה יענעמ'ס, ווי כאילו אים צו ווינקען "האלאוי דו כאפסט דעם רמז איא?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 12:18 am
דורך איך אויך
אז מען לייקט מיט די ריכטיגע כוונות אין תקלה בא על ידו.