ר' גד'ל ביים קלינערס ערב יום כיפור
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 11:12 am
ר' גד'ל שפאצירט אריין אין "קלינער'ס געשעפט". ער טוט אויס זיין רעקל, ער גיט עס איבער פארן אייגענטומער אין בעט אז מען זאל דאס אים קלינען. "איך מאך מארגן א שמחה, כעט ווען געוואלט עס שוין האבן אויף די שמחה".
דער קלינערס כאפט א בליק אויפן רעקל, און עס ווערט אים שווארץ פאר די אויגן, ער האט נאך אזא רעקל זייט זיין קלינערס שטייט כמעט נישט געזען.... שמוציג און פארפלעקט פון אויבן ביז אונטן, ער קען אפילו נישט פארשטיין וויאזוי ר' גד'ל איז ביז איצט געגאנגען דערמיט.... מיט א מער טיפערע בליק אויף די גרויסע פלעקן זעהט ער אז די אויסערליכע פלעקן פארדעקן נאר אויף די אינערליכע.... דער רעקל האט פונעם ערשטן טאג וואס ער איז נאנט געווארן מיט ר' גד'ל נאך נישט געזען קיין קלינערס.... עס איז פול מיט טיף איינגעגעסענע פלעקן וואס איז כמעט אוממעגליך ארויסצונעמען.
"איך גלייב נישט אז איך וועל עס קענען מאכן אויף ביז מארגן" זאגט אים די קלינערס. "פון עקספיריענס ווייס איך אז כדי אזא רעקל זאל ארויסקומען ריין ווי שפאגל ניי, דארף מען עס דאס איבערקלינען כאטשיג דריי מאל, אין לויט די ארבעט וואס איך האב נאך פארשטיי איך אז איך וועל עס נישט אנקומען צו מאכן ביז מארגן נאכמיטאג".
ר' גד'ל לאזט נישט נאך, און ער בעט זיך ברחמים "איך בין גרייט צו צאלן וויפיל עס קאסט נאר, טוט'ס מיר נאר די טובה, איך מוז עס האבן אויף מארגן".
איידער ער באשליסט צי ער זאל יא אדער נישט אננעמען די רעקל כאפט די קלינערס נאכאמאל א בליק אויפן רעקל. אצינד קוקט ער שוין מער אויפן גאנצן רעקל, אין דאס מאל פאלט זיין בליק מער אויפן אונטערשטן חלק פונעם רעקל. ווידער צועפענען זיך זיינע אויגן גאר ברייט. מאדנע, מאדנע, קיין אנדערע ווערטער האט ער נישט דערויף. ער האט נאך אזאנס נישט געזען. "וואס זענען די אלע שטיקלעך?" פרעגט ער פון ר' גד'ל מיט נישט ווייניג וואונדער.
דער רעקל דארט אונטן איז געווען אנגעקלעפט פיל מיט צענדליגער אזעלכע קליינע שטיקלעך טעיפ און סקאטש טעיפ. ר' גד'ל דערציילט אז ביי די ארבעט קומט אים אויס כסדר אראפצונעמען אזעלכע שטיקלעך טעיפ פון געוויסע באקסעס, און עס איז אים זייער שווער זיך צו פלאגן עס אראפצונעמען פון די הענט, דעריבער טוט ער דאס אויפן לייכטסטן אופן עס צו געבן א קלעב ארויף אויפן רעקל און געגאנגען ווייטער צום נעקסטן באקס.... אזוי האט זיך במשך הזמן אנגעזאמעלט צענדליגער אזעלכע שטיקלעך מיט וואס זיין רעקל איז אנגעפילט
דער קלינער קוקט אים אן מיט בייז וואונדער. אזא רעקל האט נאך נישט איבערגעטראטן די שוועל פון זיין געשעפט נאך פון ווען זיין זיידע האט געעפענט דאס געשעפט פאר צענדליגער יאר צוריק.... ער פרעגט אים אפן "און וויאזוי קלערט איר צו קלינען ס'רעקל? וואס וועט זיין מיט די אלע שטיקלעך"?
"וואס הייסט וואס?" זאגט אונזער ר' גד'ל, "קלינט עס אראפ פונעם רעקל"!..
"נאא, נאא עס גייט נישט אזוי" זאגט אים די קלינערס. אנגעקלעפטע שמיץ האט גארנישט מיטן קלינען. דאס קלינען נעמט עס בכלל נישט אראפ, "זייטס מוחל זעצט ער פאר גייטס אהיים, קלויבט אראפ די אלע שטיקלעך שמיץ וואס איר קענט אליינס אראפ נעמען, אין דאן וועלן מיר זעהן אויב עס קען נאך ווערן געקלינט אויף מארגן נאכמיטאג".
די נמשל מאכטס אליינס איך האב שוין נישט קיין כח. א פרייליכן יום כיפור.
(קרעדיט אויסגאבע אין ס'מעדריש)