בלאט 1 פון 2

פרנסה, רוח הקודש אדער בנים טובים?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 11:34 am
דורך דולה ומשקה
דארט ביי כתר פון די ימים נוראים איז געדריקט ביי 'איה', אז ווען דער ש"ץ האלט דא איז א שעת הכושר מ'קען בעטן וואס מ'וויל פון דריי אדער פרנסה אדער רוח הקודש אדער גוטע קינדער.

ביי שכן לעבען מיר האט מיר געוויזען אז האט געבעטן פאר רוח הקודש.
איינער זאגט מיר ביים פרעגן, ער האט נישט געהאט חשק צו בעטן פאר פרנסה אין אזא הייליגע טאג האט ער מתפלל געוועהן פאר גוטע קינדער.

כ'האב דייקא יא געבעטן אויף פרנסה,
הער אז עס איז דא אזא אויסוואל, פארוואס דען נישט?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 11:37 am
דורך הירשל ציג
וואס איז ווערט די געלט אז די קינדער טויגן נישט....

אז נישט קיין נחת פון די קינדער צוזאמען מיט די געלט....

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 11:54 am
דורך געפילטע פיש
טאמער קומט די דיעל מיט אנ-לימיטעד רוח הקודש וואלט איך דאס גענומען, האבענדיג רוה"ק וועל איך שוין וויסן וואסערע דיסיזשענס צו מאכן סיי אין ביזנעס, און סיי אין חינוך.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 11:57 am
דורך villager
ס'דאך דא דריי כתר'ס (פינעף) , איז דא א טשענס פאר יעדע איינס.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:57 pm
דורך שמעקעדיג
קודם כל, מ'רעדט נישט פון "פרנסה", ביי אי-ה בעהט מען פאר עשירות.
נאכדעם כל, איך בעט שוין יארן אויף רוח הקודש, און דערווייל, וויזוי זאגט יענער, תפלה עושה מחצה, א "רוח" האבעך שוין באקומען, אויף "הקודש" ווארטעך נאך....
זעהט אויס אז ס'איז נישט אזוי פשוט ווי ס'שטייט אין מחזור... מען דארף אויך עפעס טון דערצו למעשה אז די אלע סגולות זאלן חל זיין...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:20 pm
דורך בן תמליון
איינער זאגט מיר פונקט פאר נעילה, יעדער סוף כל סוף וואס פארפירט דא וויל איין זאך און דאס איז געלט ביי דעם הייבט זיך אן און ענדיקט זיך אלעס. זאג איך געלט דארף מען מיט נאך איין זאך. די מיינסט חאזעריי פרעגט ער? יא דאס מיין איך טאקע ענטפער איך. נישט ממש יעדער זאגט ער מיט א קוועטש.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:28 pm
דורך בן תמליון
אגב זאגט מיר יענער ער האלט אז די גרעסטע כפרה אויפן זינד איז דאס זינדיקן אליין. זייער א יודיש ווארט מיין איך.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:37 pm
דורך שמעקעדיג
בן תמליון האט געשריבן:אגב זאגט מיר יענער ער האלט אז די גרעסטע כפרה אויפן זינד איז דאס זינדיקן אליין. זייער א יודיש ווארט מיין איך.

?? (הסבר ביטע)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:17 pm
דורך בן תמליון
שמעקעדיג האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:אגב זאגט מיר יענער ער האלט אז די גרעסטע כפרה אויפן זינד איז דאס זינדיקן אליין. זייער א יודיש ווארט מיין איך.

?? (הסבר ביטע)


אז מען דארף מסביר זיין פארלירט עס די חן, אבער זינדיקן פארן ממ"ה הקב"ה בעצמו איז דאס גרעסטע אפקומעניש פאר זיך אליין. נישט אזוי?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:29 pm
דורך שעפטל
ס'איז נישט רוח הקודש, ס'איז עפעס השגת רוח הקודש, קוקט מיר מער אויס ווי צו פארשטיין ווער ס'האט רוח הקודש...

עניוועיס, ס'דא גענוג פאר אלע, איך האב קודם געבעטן פאר גוטע קינדער און דערנאך פאר עשירות

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 3:01 pm
דורך היסטאריקער
ר׳ שלמה הערש שטויבער האט געזאגט אמאל פורים ביים ב״מ זצ״ל׳ס טיש א גוט ווארט

לעבן אים איז געשטאנען א איד און זייער געוויינט זאגענדיג די תפלות, דער איד האט אים מסביר געווען אז רוה״ק איז נשט פאר אים, ער בעט נאר פאר גיטע קינדער און פרנסה.

האט אים רש״ה געזאגט, אינטערסאנט פאר גיטע קינדער וויינסטו יעצט און דאס איז עס, משא״כפרנסה ביסטו אויך פארנומען אגאנץ יאר

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 3:10 pm
דורך געפילטע פיש
בן תמליון האט געשריבן:איינער זאגט מיר פונקט פאר נעילה, יעדער סוף כל סוף וואס פארפירט דא וויל איין זאך און דאס איז געלט ביי דעם הייבט זיך אן און ענדיקט זיך אלעס. זאג איך געלט דארף מען מיט נאך איין זאך. די מיינסט חאזעריי פרעגט ער? יא דאס מיין איך טאקע ענטפער איך. נישט ממש יעדער זאגט ער מיט א קוועטש.

סעפעס? אבי גערעדט. גיי צו צו עני אינגערמאן, פרעג עם ווען ער האט צוויי אפשענס, גוטע געזונטע קינדער אדער עשרות? יעדע באזעסענע אינגערמאן וועט ענטפערן גוטע קינדער, נישט אזוי?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 7:32 pm
דורך פערינא
איך האב מיך אומגעקוקט אין שול. סאך מער מענטשען מורמלען ביי איה ווי ביי מפני חטאנו. סזאגט אביסל וועגען די עולם, עטליעסט ווי איך דאווען. הב הב הב

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:31 pm
דורך לעיקוואד
אפשר איז מיר איינער מסביר וואס ממאכט א ענין פון אט די סגולה. האט שוין איינער עפעס געזעהן אז סהעלפט די תפלה מער ווי א צווייטער?
סזענען דא טו8יזנטער סגולות אין ספרים אויף אלע מיני זאכן, אויך ימים נוראים למשל יש הבטחה ווער סזאגט אדון עולם ווערט זיינע תפלות גענפפערט, די זעלבע אויף עלינו לשבח און נאך פילע זאכן וואס זענען אנגעצייכנט אין די מחזורים.
לענ"ד ד אלא סגולות וואס שטייען אין אנגענומענע םפלעצער איז דרוש וקבל שכר וואס איז די ענין דערפון, אבער למעשה א סגולה וואס האט נישט קיין שום רעקארד פון ארבעטען, איז א שאד עס צו טוהן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:36 pm
דורך פערינא
זאג מיר א סגולה וואס מ'זעט אז ס'ארבייט חוץ געבען א זאפטיגע טיפ

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:08 pm
דורך לעיקוואד
אז סנישטא איז נישט. איך וייס נישט. איך טענה נאר אז מילא פראבירען זאגען הסברים אין אר"י למשל [בעל סגולת האי"ה] וכדו' פארוואס ער זאגט די סגולה און ואס איז דער ענין דערפון, דרוש וקבל שכר. מילא ענין התפלה באופן כללי, איז א מצווה און א אמונה צו גלייבען אז מזאל מתפלל זיין בעת צרה און אז תפלה העלפט אפילו מזעהט אפשר נישט אייביג. אבער די אלע סגולות איז נישט קיין שום חיוב צו גלייבען אז סארבעט, איא יא אנישט נישט. אלא מאי סשטייט אין אר"י, קען מען מעיין זיין פשט אין אר"י, אבער מאכן א עסק פון דעם מיט גאנצע ספקות וואס מכון זיין כאילו מקען נאר איינס נאר אזוי ארבעט די סגולה בשעת וואס סארבעט בכלל נישט, איז דאך א געלעכטער.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 9:39 pm
דורך נאך א פשט
איך האב אמאל געהערט נאכזאגן פון איינע פון די צדיקים, ממילא בנים הגונים און רוח הקדש קען מען נאך פארשטיין ווי עס קומט אריין אין די תפלות ימים נוראים, אבער עשירות?! ווי קומט דאס אריין און די תפילות פון ימים נוראים?
האט ער ג'ענטפערט: ווען מען זאגט ווען נאר אז מען קען זיך אויסבעטען גוטע קינדער אדער רוח הקודש וואלט נישט געווען קיין חכמה, ווער קען נישט באשטיין צו האבן? אבער אז מען זאגט אז מען קען בעטען עשירות און אעפ"כ בעט מען אויף גוטע קינדער, דאס וייסט אז מען מיינט עס אמת'דיג.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 11:45 pm
דורך [NAMELESS]
פערינא האט געשריבן:איך האב מיך אומגעקוקט אין שול. סאך מער מענטשען מורמלען ביי איה ווי ביי מפני חטאנו. סזאגט אביסל וועגען די עולם, עטליעסט ווי איך דאווען. הב הב הב

וואס איז דא צו מירמלען ביי מפני חטאינו???

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 1:19 am
דורך שמעקעדיג
פאראן דארט א תפלה אויף פגם הברית.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 10:01 am
דורך אברעמעל
נאך א פשט האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט נאכזאגן פון איינע פון די צדיקים, ממילא בנים הגונים און רוח הקדש קען מען נאך פארשטיין ווי עס קומט אריין אין די תפלות ימים נוראים, אבער עשירות?! ווי קומט דאס אריין און די תפילות פון ימים נוראים?

צו ענטפערן די תירוץ פרעגט מען עס בלשון קשיא, אבער באמת איז עס נישט אזוי שווער קוק וואס די כהן גדול האט געבעטן אין קדשי קדשים אין הייליגסטן טאג פון יאר.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 10:35 am
דורך [NAMELESS]
איך האב פיינט די חזירים וואס בעטן אלע דריי. די זעלבע חברה האבן אייגענע דירות און סעקשאן אכט. זיי. שרייבן אריין צען לעילו נשמת אויף איין חומש וואס זיי זענען מנדב

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 11:19 am
דורך פערינא
אברעמעל האט געשריבן:
נאך א פשט האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט נאכזאגן פון איינע פון די צדיקים, ממילא בנים הגונים און רוח הקדש קען מען נאך פארשטיין ווי עס קומט אריין אין די תפלות ימים נוראים, אבער עשירות?! ווי קומט דאס אריין און די תפילות פון ימים נוראים?

צו ענטפערן די תירוץ פרעגט מען עס בלשון קשיא, אבער באמת איז עס נישט אזוי שווער, קוק וואס דער כהן גדול האט געבעטן אין קדשי קדשים אין הייליגסטן טאג פון יאר.


עס איז היינט א נייע וועלט. די תורה זאגט יורה ומלקוש, ואספת דגנך, ותירושך ויצהרך, ונתתי עשב בשדך, לבהמתך, ואכלת, ושבעת. פרעגט דער מכתב אליהו, ס'שטייט דאך אין אדם מת וחצי תאוותו בידו, וואספארא ברכות גיט אונז דא די תורה? עפעס וואס קען קיינמאל נישט מקוים ווערן בשלימות? אלא, נאר מוז זיין, שכר מצוה מצוה, מ'רעדט דא פון רוחניות, מצוה גוררת מצוה. איי גאנץ פרשת בחוקותי רעדט פון גשמיות'דיגע ברכות, דעס איז נאר לסבר את האוזן. די קללות, דעס בלייבט לויט פשוט פשט. וואס דען.

היינטיגע חסידים און זייער ברודער די ליטוואקעס אין ניו יארק וואלטן דיקטעידעד א גאנץ אנדערע טעקסט. עפעס וואס וואלט גערופן פאר שכר ועונש רילעיטעד צו וויפיל שעה רצופות זייער קינדער וועלן זיצען און לערנען אדער ווי גרויס זייער רבי'ס טישן וועלן זיין. מ'האט פארגעסן פון עם ישראל, ווער דארף דאס. יעדער וויל נאר בישועת היימישע, אנשי שלומינו.

כבס ביין לבושו, חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב, זאגן חז"ל ליין נישט לבן שנים, ליין ליבון שנים, גיב א שמייכל, זיי נישט אזא ערנסטער יונגערמאן, געב אביסל גוטע ענערדזשי פון דיך צו א צווייטען. ענדזשוי לייף. די לך באסור לך.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2012 12:54 am
דורך קלוג און יונג
וןאס טוט זיך אויב איך וויל בעטן אויף אריכות ימים טאקע פונקט דעמאלט. פונקט ווען די בעל תפילה זאגט איה. דער אייבישטער זאגט נא, נישט יעצט פליז. יעצט קען מען נאר סעלעקטען איינס פון די דריי אפשענס. אריכות ימים איז קארענטלי אנעוועילעבעל!
ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס.
מ'געט א שמיר ארויף די ווארט סגולה, און אלעס גייט.
ס'איז קעגן די יסוד פון וואס תפילה באדייט, פאר די וואס קענען די סאבדזשעקט.