בלאט 1 פון 1
בויען א סוכה אויף די גאס
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 6:27 pm
דורך קלאר
איך פארגין פאר יעדן א ברייטע סוכה ווי גרויס ער חלומ'ט נאר
אבער מיט וואס פאר א רעכט שפארט ער אפ די גאס?
פארוואס בויעט ער אזא גרויסע סוכה אויף אינזער סיידוואק?
ווי זאל איך גיין?
פארוואס דארף איך מיך דורכשטופן אויפ איינמאל מיט פרויען מיט קעריזשעס אויף א שמאלע דורכגאנג פין 2 פיס ברייט אדער ווייניגער?
ווייל ער ווייזט אז איך בין א איד אין איך וועל אים נישט מסר'ן?
פארוואס גייט דאס נישט אריין אין כלל פין המסכך ברשות הרבים וואס פסל'ט די סוכה?
איך רעדט נישט פין די רבי'שע סוכות - זיי מעגן ליידער אלעס
זיי מעגן, אפשפארען גאסען, בויען מיט הקדש געלט נח'ס תיבה אין די סוכה, שפילן מיט הייליגע מוזיק ביז 3 אזייגער ווייל די רבי דארף דאך ווייזען אלע 'צימעס'
אבער דער עמך יוד מעג שוין וויסן אז פין 'די' רבי'ס טאר מען זיך נישט אפלערנן
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 6:46 pm
דורך געפילטע פיש
קלאר האט געשריבן:איך רעדט נישט פין די רבי'שע סוכות - זיי מעגן ליידער אלעס
פארוואס נישט? רעד יא.
און וואס איז מיט דרילן די סוכה ברעטער ביז זייגער איינס? און וואס איז מיט די סאברעס, ולהבדיל היאיגע, וואס פארוואנדלען 13טע עוועניו אין א שוק מאה שערים מיט זייערע ליאמערייען און גאנץ בארא פארק אין א פארקינג לאט, פאר פיסגייער און קארס צוגלייך, ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט האט נאך איינגער געלאנדעט, דער מיט א טישל, דער מיט א טרעילער, דער מיט א פרידזש וואס פארנעמט פיר פארקינג ספאטס, דער מיט זיין הויכהילכער וואס לאזט אהרן הלוי אויספויקען יעדעמס אויער דראמס מיט די העכסטע טענער, דער מיט א טוץ סכך קיינעס אויסגעלייגט אינמיטן גאס כרעם ביום בהיר. ווער געט זיי די רעכט צו טרעטן אויף אונז? זאלן זיי אלע גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:45 pm
דורך לעיקוואד
כתוב בבני יששכר אז ממעג מאכן סוכות אין די גאס ווייל סוכות איז א בחינה פון לעת"ל וואס אלעס וועט באלאנגען פאר אונז און ממילא איז נישט קיין שאלה פון גזל פון די גויישע שטאט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:16 pm
דורך שמעקעדיג
און נעכטן בעפארן אויספאסטן מוצאי יום הקדוש האב איך געדארפט אראפדרייוון בעדפארד עוו. אבער והנה, איך קום אן קיין ראטלידזש, און די גאס איז אפגעשפארט, מיט לעלו קארס! וואס קען דא זיין ווען איך בין אזוי הונגעריג? אפשר אן עקסידענט? אבער ניין, ראה זה פלא! פאפא וויל מחדש זיין די לבנה, האט מען אפגעשלאסן בעדפארד! האלאו? מיט וועלכע רעכט?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:49 pm
דורך zurich
שמעקעדיג האט געשריבן:און נעכטן בעפארן אויספאסטן מוצאי יום הקדוש האב איך געדארפט אראפדרייוון בעדפארד עוו. אבער והנה, איך קום אן קיין ראטלידזש, און די גאס איז אפגעשפארט, מיט לעלו קארס! וואס קען דא זיין ווען איך בין אזוי הונגעריג? אפשר אן עקסידענט? אבער ניין, ראה זה פלא! פאפא וויל מחדש זיין די לבנה, האט מען אפגעשלאסן בעדפארד! האלאו? מיט וועלכע רעכט?
נו פון דעים האט מען דאך שוין גערעדט,די רביס מעיגן טוהן אלעס!!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 11:14 pm
דורך זר זהב
נעכטן אינישט געווען א געהעריגע לבנה, האט פאפא פרובירט עס צו כאפן מיט פאליציי און ווען די לבנה איז ענדליך ארויס האט מען שנעל געבלאקט די גאס אז ס'זאל נישט אנטלויפן.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 11:14 am
דורך שעפטל
ועגן רבנים און מענטשן וואס נעמען אדווענטידזש פונעם עולם ביי הכנסת ספר תורה'ס האט מען שוין גערעדט
דא.
סוכות קומט צו נאך אן עולה, די בתי מדרשים וואס א גאנץ יאר שטייט די רב'ס זון אינדרויסן און בעט זיך אז מ'זאל אריינקומען משלים צו זיין צו מנין, שטעלט יעצט אויף א ריזיגע סוכה מיט סיינס און בענערס און האקט מוזיק ביז אינדענאכט אריין, אבער די גבאים וועלן מאכן די סוכה ביזן עק פונעם סייד-וואק און לייגן עפעס בעריקעידס אויפן ראוד, אזוי האט מען נאך צוגענומען פארקינג פון וואס ס'איז שוין אזוי אויך דא א מאנגל.
מיין שאלה איז נאר טאקע צו דע וואס זיי שטעלן זיך א גאנץ יאר אהער אלס העכסט נארמאלע מענטשן און ווען ס'קומט סוכות רעכענען זיי זיך נישט מיט קיינעם אין די וועלט.
כ'פארשטיי האסט נישט קיין פארטש, אדער האסטו יא און דו האלסט ס'איז נישט געניג גרויס, ווער זאגט טאקע אז דו מוזסט למען הטראסק רופן אלע דיינע קינדער און אייניקלעך אז די שכנים זאלן נעבעך הערן ווי אף-טאאן עטס זינגסט דעם ותיטיב לאאאנננו החתיממממה און פארדעם בויען א גרויסע סוכה אויפן גאס אז אלע דורכגייער דארפן ליידן דערפון.
בקיצור, מי כעמך ישראל...!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:35 pm
דורך קלאר
שמעקעדיג האט געשריבן:און נעכטן בעפארן אויספאסטן מוצאי יום הקדוש האב איך געדארפט אראפדרייוון בעדפארד עוו. אבער והנה, איך קום אן קיין ראטלידזש, און די גאס איז אפגעשפארט, מיט לעלו קארס! וואס קען דא זיין ווען איך בין אזוי הונגעריג? אפשר אן עקסידענט? אבער ניין, ראה זה פלא! פאפא וויל מחדש זיין די לבנה, האט מען אפגעשלאסן בעדפארד! האלאו? מיט וועלכע רעכט?
אכזריות ברשות התורה אום מצאי יום הקדוש
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:08 pm
דורך פערינא
די גרויסע סוכות מאכט נאך א העיד עיק פאר די גרויסע שולען, וואס טוט מען די גארבעדזש בעגס. די מעקסיקאנע ערלים פירען זיך עס שיינערהייט עס מסדר צי זיין ביי די זייט פון די סוכה. אבער ווען די חברה פראווען טיש און מקען נישט דורך שפאצירען אין די סוכה מאכט זיך א פראבלעם, די שטונקעדיגע גארבעדזש אינדרויסען און די שמעקעדיגע גארבידזש אינעווייניג. האב איך אמאל געזען ווי א אינגערמאן כאפט אן די בעגס און שליידערט עס אריין צוריק פון ווי עס קומט ווען איך האב באטראכט די מצב געט ער מיר א זאג, איך בין מזכה די קהילה יוצא צו זיין מצוות סוכה.
נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 1:41 am
דורך berlbalaguleh
לעיקוואד האט געשריבן:כתוב בבני יששכר אז ממעג מאכן סוכות אין די גאס ווייל סוכות איז א בחינה פון לעת"ל וואס אלעס וועט באלאנגען פאר אונז און ממילא איז נישט קיין שאלה פון גזל פון די גויישע שטאט.
יא, אבער וואס איז וועגן די אידישע (און גויאישע) דורכגייער וועמענ'ס לעבן די סדומ'ער צדיקים לייגן אריין אין סכנה?

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 1:50 am
דורך berlbalaguleh
יאנקל האט געשריבן:קלאר האט געשריבן:פארוואס גייט דאס נישט אריין אין כלל פין המסכך ברשות הרבים וואס פסל'ט די סוכה?
דוכט זיך אז אין שו"ת שואל ומשיב איז דא א תשובה איבער בויען א סוכה אין דער גאס, און ער איז מצדד להיתר מחמת צוויי טעמים. איינס, וויבאלד ד' אמות נאנט צו א רשות היחיד הייסט ווי א חלק פון דעם פריוואטן רשות, און צוויי, וויבאלד מ'האט א כתב פון דער רעגירונג אז מ'קען קונה זיין דעם רשות לצורך אן עירוב, איז עס גילטיג דא אויך.
הא גופא קשיא. דער עירוב איז דאך פסול, צוזאמען מיט נאך אנדערע מושגים און הלכות פון אידישן לעבן ווי למשל כתובות. ס'איז דאך אכשר דרא. אונז ערליכע אידן האלטן נישט פון א סאך זאכן וואס די חכמים אין די פריערדיגע דורות האבן מתקן געווען. ס'איז דא למשל געוויסע געגנטן וואו די אידישע יונגעלעך שרייען נאך פאר מענטשן. "פוי, דע טאמאנא אייראוו". נאר דער תירוץ איז, אז א זאך וואס גרעניצט זיך מיט רשעות און גזל הרבים האבן די היינטיגע צדיקים יא מתיר געווען.
נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 2:20 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:כתוב בבני יששכר אז ממעג מאכן סוכות אין די גאס ווייל סוכות איז א בחינה פון לעת"ל וואס אלעס וועט באלאנגען פאר אונז און ממילא איז נישט קיין שאלה פון גזל פון די גויישע שטאט.
יא, אבער וואס איז וועגן די אידישע (און גויאישע) דורכגייער וועמענ'ס לעבן די סדומ'ער צדיקים לייגן אריין אין סכנה?

אז מען לייגט באריקאדעס איז דער לעבן נישט אין קיין סכנה. עס איז פאראן גענוג פלאץ אדורכצוגיין אפילו מיט א באגעבא...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2012 9:43 pm
דורך פערינא
שמאריע האט א צוגעצייכענט א יוטוב לינק וואס שטעלט קלאר די מצב. עס איז דארף א גרויסע תיקון.
http://failedmessiah.typepad.com/failed ... d-123.html
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:45 am
דורך שעפטל
פיין יו'ט איז אריבער, מ'האט שוין געמאכט גרויסע פרישטאגס און נאך גרעסערע אישפיזא'ס, מ'האט געהאלטן אויף די גאנצע בלאק מיט די האקעדיגע מוזיק ביז דרייע פארטאגס, מ'האט אנאנסירט אבעראל אז מ'גייט טיילן פרנסה ברויט און דער מאכט בר מצוה'ס דריי וואכן נאכן אריינגיין לעול המצות, בקיצור ס'האט זיך שוין באלד אויסגעצאלט די טויזענטע דאלערס וואס מען האט אינוועסטירט אלעס לטובות אנשי שלומינו בכל אתר ואתר..
אבער דער עולם איז צוריק צו רעאליטי, און גבאים, שמשים און בני רבינו, זייטס מוחל און צונעמט שוין די סוכות און אוועק מיט די בעריקאדן! די שכנים מעגן שוין אדורכוואקן און פארקן ווי נארמאלע מענטשן.
לשנה הבאה בירושלים, און אז נישט ח"ו, בויעטס נישט אזוי גרויס ווייל איר דארפט עס עניוועיס נישט...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 10:39 am
דורך קלוג און יונג
נישט אז איך בין מוחל אויף מיין חלק רשות הרבים אין יו"ט, אבער היינט? דאנערשטאג בראשית?
פארוואס שטייט נאך די גראבע ספינקא סוכה אויף קיעפ סטריט בהדרה? פארוואס א טאג נאך אסרו חג האבען נאך נישט די חשובע בחורים ווואס זוכען וואס צו טון בין הזמנים נאך נישט צונומען דעם מכשול איז ביאנד מי! מיין סוכה, אין א פריוואטע בעק יארד, האט שוין מיין אשת חיל זיכער געמאכט אז מיין בחור נעמט נישט נאך איין שטיקל שיריים קעיק פון יו"ט ווילאנג ס'איז נאך דא א זכר אז ס'איז אמאל געווען א סוכה דארט, אבער אויפן רבים'ס חשבון? פארוואס נישט מאכען קידוש שבת בראשית אינעם גרויסען סוכה?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:20 pm
דורך קלאר
שעפטל האט געשריבן: און דער מאכט בר מצוה'ס דריי וואכן נאכן אריינגיין לעול המצות,
איז אמת וואס דאס גאס שמיעסט אז דער בר מצוה בחור פין ר' אייזיק ספינקער האט זיך גע'יערט פארגאנגענע ראש השנה
אין מ'האט פשוט געווארט אויף א גיטע געלגנהייט?
דאס מיינט אז אויף קומענדיגע יאר איז רעזערוויט א וואכנאכט? ווער ווייסט...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:24 pm
דורך שעפטל
קלאר האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן: און דער מאכט בר מצוה'ס דריי וואכן נאכן אריינגיין לעול המצות,
איז אמת וואס דאס גאס שמיעסט אז דער בר מצוה בחור פין ר' אייזיק ספינקער האט זיך גע'יערט פארגאנגענע ראש השנה
אין מ'האט פשוט געווארט אויף א גיטע געלגנהייט?
אמת!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:42 pm
דורך געפילטע פיש
קען זיין ס'דאכט זיך מיר נאר אבער די קול סאונד ווי דעם פארוקטען
יודקאווישט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 3:03 pm
דורך קלאר
שעפטל האט געשריבן:קלאר האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן: און דער מאכט בר מצוה'ס דריי וואכן נאכן אריינגיין לעול המצות,
איז אמת וואס דאס גאס שמיעסט אז דער בר מצוה בחור פין ר' אייזיק ספינקער האט זיך גע'יערט פארגאנגענע ראש השנה
אין מ'האט פשוט געווארט אויף א גיטע געלגנהייט?
אמת!
טיפיקעל...