בלאט 1 פון 1

באקומען א קאלעדזש דעגרי וכל המסתעף

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:21 pm
דורך הציץ ונפגע
איך טראכט צו באקומען א קאלעדזש דעגרי. ליידער האב איך נישט וועם צו פרעגן מיינע פראגעס און ספיקות דעריבער וועל איך פרובירן פרעגן דא, און איך האף אז ס'עט זיך אויסקאכן דא א קאשע.

די ערשטע וויל איך ארויסהאבן קלאר די דרגות אין דעגריס. אויב כ'פארשטיי ריכטיג, איז די נידעריגסטע אין ראנג א הויך-שולע דעפלאם. אויב האט מען נישט פארענדיגט הויך-שולע, ווי ס'רוב חסידישע אידן, קען מען אפנעמען ביי די שטאט א געד (GED), וואס צייגט אז מען איז אויף דער דרגא פון א הויך-שולע גראדואנט.
איינמאל מען האט א הויך-שולע דעפלאם קען מען אנהייבן קאלעדזש, אדער ווי ס'רופט זיך ביי אנדערע "אונטערגראדואנט שטודיעס". נאכאן ערך פון צוויי יאר שטודירן, באקומט מען אן אסאשיעט דעגרי. די אסאשיעט דעגרי איז פארשטייצעך א שוואכע, כאטש מען קען שוין אויפגענומען ווערן ביי פארשידענע פאסטענס מיט אזאנס.
אויב מען שטודירט נאך צוויי יאר, ד.ה. א טאטאל פון פיר יאר שטודירן, באקומט מען א בעטשולאר'ס דעגרי. א בעטשולאר'ס דעגרי פארמאגט א מעדזשאר, דאס הייסט די נושא אין וועלכע מען טוט זיך אמייסטענס אריינלייגן. מען קען אויך באקומען א מיינאר, דאס הייסט א צווייטדייטיקע נושא וועלכע מ'טוט אויך שטודירן, און מ'קען אויך באקומען א דאבל מעדזשאר, דאס הייסט זיך שטודירן און צוויי נושאים אייניג.
אויב מ'לייגט צו נאך צוויי יאר שטודירן, באקומט מען א מעסטער'ס דעגרי. די פיפטע ראנג איז א PhD, א נושא פאר זיך.

איך האף אז איך בין קלאר אין די פארשידענע דרגות, ושגיאות מי יבין. איך וויל נאך קלאר ווערן אין די סיסטעם פון קרעדיטס און אין די פארשידענע אופנים פון שטודירן, אוואו TTI, אנליין אדער אין אן אייגענטליכע קאלעדזש, בעפאר כ'קען שרייבן איבער די חלקים.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:47 pm
דורך zurich
what means GED

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:49 pm
דורך זר זהב

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:40 am
דורך נולד מאוחר
סופר ומונה האט געשריבן:הציץ ונפגע - איר שרייבט זייער גוט איבער די אקאדעמישע דרגות. איך קלער אז איך קען אייך העלפן אויב איר האט נאך פראגעס.
דרך-אגב, די גראדן האבן נישט צוטאן מיט 'יארן', נאר מיט דעם צאל קרעדיטן וואס מ'האט זיך דערווארבן אין לויף פון דער צייט אין אקאדעמיע.

ביים היימיען עולם פאר זאם ריזען נעמט עס דאפלט שנעלער ווי ביי די איילגעמיינער וועלט
אסאך פראדרעמס דיזיינט פאר ישיבה בחור לאזט דיר ניצען ישיבה'שע קרעדיטס. דו באקומסט פון דיין ישיבה א דיפלאמע וואס די האזט אלץ געלערענט אין זייער קאלידזש. אין מען רעכענט א שיינער חלק קרעדיטס דערפון.
דערנאך איז דא אידשע סאבדזשעקטס הלכות שבת שמירת הלשון.
דאס איז אלעס פאר איינער וואס וויל די פאפיר, אויב ווילסטו קענען עפעס קען זיין מדארף זיך זעצען לערנען.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 4:15 am
דורך הדד בן בדד
נולד מאוחר האט געשריבן:
סופר ומונה האט געשריבן:הציץ ונפגע - איר שרייבט זייער גוט איבער די אקאדעמישע דרגות. איך קלער אז איך קען אייך העלפן אויב איר האט נאך פראגעס.
דרך-אגב, די גראדן האבן נישט צוטאן מיט 'יארן', נאר מיט דעם צאל קרעדיטן וואס מ'האט זיך דערווארבן אין לויף פון דער צייט אין אקאדעמיע.

ביים היימיען עולם פאר זאם ריזען נעמט עס דאפלט שנעלער ווי ביי די איילגעמיינער וועלט
אסאך פראדרעמס דיזיינט פאר ישיבה בחור לאזט דיר ניצען ישיבה'שע קרעדיטס. דו באקומסט פון דיין ישיבה א דיפלאמע וואס די האזט אלץ געלערענט אין זייער קאלידזש. אין מען רעכענט א שיינער חלק קרעדיטס דערפון.
דערנאך איז דא אידשע סאבדזשעקטס הלכות שבת שמירת הלשון.
דאס איז אלעס פאר איינער וואס וויל די פאפיר, אויב ווילסטו קענען עפעס קען זיין מדארף זיך זעצען לערנען.


דערפאר ווענדט זיך אויך, צו מען דארף עס פאר פרנסה, אדער אויף צו קענען למעשה, ווייל פאר פרנסה מוז מען נישט אלעמאל קענען באמת, פיל מאל איז גענוג אז מען האט דעם צעטל.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 5:28 pm
דורך פארוואס?
איך ברענג דא ארויף אן אלטן אשכול. וואס - לדעתי - איז נישט גענוג אויסגעארבעט געווארן.

לאמיר פרעגן פון דעם עולם, אויב איינער קען מיר ספעציפיש העלפן.

איך זוך א אונליין קאלעדזש, (וואס מ׳דארף נישט אראפ גיין אין ערגעץ פיזיש), וואס מ׳קען לערנען געהעריג און אינראלן אין די סיסטעם.

און אזוי אויך בין איך נייגעריג איבער די רעגירונג פראגראמען, וואס העלפן ארויס צו באצאלן די הויכע קאסטן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 6:00 pm
דורך yatzmachp
די תירוץ הייבט זיך אן מיט א קשיא: וואס ווילסטו לערנען?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 7:51 pm
דורך פארוואס?
yatzmachp האט געשריבן:די תירוץ הייבט זיך אן מיט א קשיא: וואס ווילסטו לערנען?

קודם פאנג איך אן מיט די TASC
(GED לשעבר).

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:39 pm
דורך יאיר
אויף TASC קענסטו זיך קויפן א בוך וואס וועט דיך צוגרייטן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 10:03 pm
דורך הוגה
בנוגע TASC איז אזוי. די סטעיט אוו נו יארק איז פארפליכטעט צוצושטעלן קלאסן פאר א יעדער איינעם אן אויסנאם און זיי צוגרייטן פאר די טעסט, בחינם. די חומר איז געווארן גאנץ שווער אין די לעצטע יאר צוויי, און זיי גייען עס מאכן נאך שווערער אין די נאנטע צוקונפט. לויט ווי עס זעט מיר אויס וועסטו נישט האבן א פראבלעם מיט די מאטעמאטיק טייל פון די טעסט. :) אויב קענסטו אליין לערנען דאן האנדל דיר איין איינע פון די הילף ביכער אנליין אדער אין פאבליק לייברערי. ווען דו פילסט אז דו ביזט גרייט פאר די טעסט דארפסטו אנרופן די לאקאלע סקול דיסטריקט און זיי וועלן דיר הייסן אראפ קומען פאר א pre-test. איינמאל זיי זעהן אויף די pre-test אז דו ביזט גרייט וועלן זיי סקעדזשולען דיין טעסט אין איינע פון זייערע צענטערן. די סקול דיסטריקט שטעלט אויך צו קלאסן בחינם פאר די וואס ווילן זיך לערנען. די קלאסן זענען צוטיילט לויט די לעוועל וואו דו האלטסט.

פאר מער אינפארמאציע קענסטו מיר אישי'ן.


.