זמן שמחתינו
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 2:23 pm
מן שמחתינו - חג האסיף
אתה בחרתנו מכל העמים... אהבת אותנו...!
בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
האטס געפועלט אלעס גוטס... אלעס גוטס... האטס געפועלט אלעס גוט! שטייענדיג אין די שאָטן פון די הייליגע טעג שעבר עלינו לטובה שפירן מיר אלע אין הארץ די געוואלדיגע הרגשה אז זיכער האבן מיר אויסגעפועלט א זיס לעכטיג יאר מיט אלע ברכות, דער הערליכע אידישע קאלענדער (לוח) געבט אונז נישט קיין איבריג מינוט נאר טראגט אונז גלייך אריין אין די לעכטיגע יו"ט סוכות דער זמן שמחתינו, כאַפ נאר א שפאציר אויף די אידישע געסלעך, און זעה ווי ס'איז פיל מיט מצות און מעשים טובים, פון איין זייט פארקויפט מען אתרוגים, פון דער צווייטער זייט שלעפט זיך יענקל מיט סוכה ברעטער ...הדסים פאר ביליג ...הערליכע נוי סוכה פון די בעסטע קוואליטעט ... יונג און אלט שלעפן זיך פון אלע זייטן מיט העלצער דריללערס און סקרולס מען בויעט די הייליגע סוכה'עלע, אבער טייערע חבירים צווישן די גאנצע יאגעניש לאמיר כאפן א מינוט'קלע זיך אפשטעלן און אריין טראכטן נאך אזעלכע גרויסע טעג ווי חודש אלול, ראש השנה, יום הכיפורים טעג וואס השי"ת האט אונז אויסגעוואשן מיט מים טהורים, און אנגעהויבן מיט אונז א נייעם חשבון פרעגט זיך וואס פעלט אויס גלייך נאך אזעלכע גרויסע טעג די יו"ט סוכות? און בכלל וואס איז אונזער ארבעט, וואס נעמען מיר ארויס פון דעם הייליגן יו"ט?
אין די תוה"ק געפינען מיר אז דער יו"ט סוכות ווערט אויך אָנגערופן "חג האסיף", אוודאי טראגט עס א פשוטע פשט, ס'איז דער צייט וואס מען זאַמעלט איין די תבואה, אבער ווי פארשטענדליך ליגט אין איר אויך א טיפערן פשט וואס מיר דארפן פארשטיין?!
יו"ט סוכות טראָגט מיט זיך דעם הערליכן טיטול פון "זמן שמחתינו", דאס איז אמת אז ביי די פילע שמחת בית השואבה'ס זינגען מיר מיט מוזיק און מיר טאַנצן מיט פאַקלן, אבער ווי מיר אלע פארשטייען אז ווען די תוה"ק געבט א טיטול איז עס נישט א צייטווייליגע טיטול וואס וועפט אויס די מינוט וואס די מוזיק שטעלט זיך אפ, דערפאר לאמיר אריין קוקן מיט א טיפערן בליק און דערגיין וואס דער אמתע "זמן שמחתינו" מיינט, און מיט איר זוכה זיין צו א שמחת תמיד!
ירושלים עיה"ק: זיצט זיך ר' ברוך אין זיין קליין פארשטיפטן דירה'לע אויף רחוב אלגזי, ארום גענומען מיט זיינע זיבען קליינע קינדערלעך, אזוי שוועבט ער אין זיינע טיפע געדאנקן, ער דערמאנט זיך ווי פאר קנאַפע צעהן יאר צוריק ווען ער איז א חתן געווארן און מען האט געמאכט די החלטה אז זיי גייען נישט בלייבן וואוינען אין ניו יארק נאר גלייך נאכן חתונה וועלן זיי זיך אריבער ציען קיין ירושלים עיה"ק, ער געדענקט קלאר ווי אלע האבן אזוי שטאלצירט מיט די געוואלדיגע געדאנק, ווייל זייענדיג פון די חשוב'סטע בחורים אין ישיבה האבן אלע פה אחד געזאגט אז ער אין ירושלים וועט וואקסן א גדול, וכך הוה די ערשטע יארן זענען געפארן על מי מנוחות, ער איז געזיצן על התורה ועל עבודה בלי הפסק ממש, זיין טייערע אשת חיל איז אים געשטאנען צום האנט מיט אלעס וואס זי האט נאר געקענט און ב"ה די ערשטע שטיק צייט איז געווען געוואלדיג.
אבער היינט צעהן יאר שפעטער איז די בילד אינגאנצן אנדערש, ב"ה ער האט זוכה געווען צו א פילן שטוב מיט זיבן קינדערלעך בלי עין הרע, און ווי פארשטענדליך זענען די הוצאות גאר גרויס, זיין טייערע אשת חיל האט שוין פון לאנג אויף געגעבן איר קליין געשעפטל וואס זי פלעגט האבן, אין כולל באצאלט מען שוין אויך נישט די לעצטע שטיק צייט, און די מצב האלט שוין אז אין שטוב בעט מען זיך פאר איינצעלע שקלים פשוט צו קענען איינקויפן דעם שבת, ...ער האט נישט, ס'איז ממש גארנישט דא, ביז איצט פלעגט ער זיך כסדר מחזק זיין, נעמען ברכות, טוען כל מיני סגולות אבער היינט ווען ער איז אהיים געקומען און געזעהן זיין טייערע אשת חיל מיט טרערן אין די אויגן, און געהערט ווי זו זאגט ...הייליגע טאטע אבינו שבשמים איך בעט נישט קיין דירה צו וואוינען און אויך נישט קיין שיינע קליידער אנצוטוען איך רעד פון פשוטע ברויט... דאס קען ער שוין נישט דערהייבן ער זעצט זיך אוועק און מיט די קינדערלעך ארים זיך טראכט ער אדורך זיינע לעצטע פאר יאר און פון זיינע אויגן גיסן זיך טייכן טרערן...
ער איז מחליט אז מען קען שוין נישט ווייטער אזוי אנגיין ער מיז טוען השתדלות, און כאטש ער וויל עס נישט טוען אבער אין אזא מצב האט ער נישט מער קיין ברירה, ער הייבט אויף די טעלעפאן און רופט זיין טייערע טאטע, ...א גוטן טאטי וואס מאכסטו? ב"ה ביי מיר איז אלעס זייער פיין, און נאך א קורצע שמועס זאגט ער טאטי איך שעם זיך צו בעטן אבער איך בין זייער אנגעשטרענגט אפשר קענסטו מיר אביסל... דער טאטע זאגט גלייך צוריק ...זיכער ברוך איך שיק דיר שוין אריבער אויף מארגן אי"ה וועסטו עס באקומען, דער מארגן'דיגע טאג גייט פארביי און גארנישט קומט נישט, ברוך ווייסט נישט וואס צו טראכטן...?! רופן זיין טאטע נאכאמאל דאס קען ער נישט, ער איז צובראכן ווי א שאַרבן נישט ווינסנדיג וואס צו טוען, א וואָך שפעטער איז ער מחליט אז ער גייט פרובירן נאכאמאל צו רופן, נאכן שמועסן עטליכע מינוט מיט זיין טאטע זאגט ער טאטי דער מצב איז געפערליך אנגעשטרענגט אפשר... יא זיכער ברוך איך שיק שוין... און אזוי זענען אדורך נאך א צוויי וואכן ביז דער מצב איז געווארן אומדערטרעגליך, ער גייט צו צום טעלעפאן און רופט אָן זיין טאטן אבער דאס מאל פלאצט ער אויס אין א יאמערליך געוויין, טאטי איך האב דיר נישט פארציילט ביז יעצט ווייל איך האב דיר נישט געוואלט מצער זיין, אבער די מצב איז געקומען צו שטאפל אז איך האלט עס מער נישט אויס די קינדערלעך וויינען פשוט פאר א שטיקל ברויט, איך בעט דיר העלף מיר איך קען שוין נישט, טאטי איך קען נישט מער, איך בין צורידערט... מיין ווייב איז צורידערט... העלף מיר...
דער טאטע אויף די אנדערע זייט טרייבל איז שטיל און שאקירט ער גלייבט נישט וואס ער הערט זיין חשובע ברוך זאל אזוי וויינען, און ניטאמאל כאפט ער וואס די פראבלעם איז און ער פרעגט ברוך וואס איז געשעהן אז די האלסט עס מער נישט אויס?
ר' ברוך: וואס הייסט איך האב דיר יעצט געזאגט איך האב נישט קיין פרוטה צום לעבן, ביי מיר אין שטוב גייט מען אויס פאר הינגער?!
דער טאטע: ווי קען זיין איך שיק דיר דאך איעדן וואך געלט און די לעצטע פאר וואכן זייט די רופסט מיר האב איך נאך צוגעלייגט מער, ווי גייט די אלע געלט?
ר' ברוך: ....וואס די שיקסט מיר געלט?!
דער טאטע: זיכער איעדע וואך לייג איך אריין אין דיין באנק אקאונט געלט אזוי קענסטו עס דארט ארויס נעמען,
ר' ברוך: וואס??! פרעגט ער שאקירט א באנק אקאונט איך האב קיינמאל נישט געוואוסט דערפון?!
דער טאטע: ברוך וואס איז מיט דיר?! די געדענקסט נישט אז ביים לעצטן שבע ברכות האב איך דיר געזאגט אז איך האב מסדר געווען א וועג ווי אזוי איך גיי דיר שיקן די געלט?! אויך האב איך דיר דעמאלטס געגעבן א קארטל מיט וואס די וועסט קענען ארויס נעמען די געלט?!
זיי ביידע זענען שאקירט דער טאטע קען נישט גלייבן שוין גאנצע צעהן יאר וואס ער לייגט אריין געלט אין אקאונט פאר זיין טייערע ברוך, ספעציעל ביי אלע ימים טובים און יומי דפגרא פלעגט ער צו לייגן מער, א בחינה פון "זאל זיין", און דא ווייסט זיין זוהן ניטאמאל דערפון?! ער מיטשעט זיך אפ א לעבן בדחקות ועניות?!
נאך עטליכע מינוט פון שטילקייט זאגט ער ברוך'ל וואס איז געווען איז געווען, לאמיר נישט וויינען נאר נעם זיך צוזאם גיי אריבער אין באנק נעם ארויס וויפיל די דארפסט ווייל לויטן חשבון דארף דארט צו ליגן הינדרעטע טויזענטע דאללארן און גיי פאנג אָן צו לעבן א לעבן מיט רואיגקייט און הרחבת הדעת.
טייערע חבירים! ווען דער חודש פון אלול איז אנגעקומען האבן מיר זיך אלע ארויסגעלאזט אין דעם לאנגן וועג צו באקעמפן אונזער יצר, איעדער פון אונז האט געשטעלט זיין קאמף דארט ווי זיינע שוואכקייטן זענען, די קאמף האט זיך אנגעהויבן גאנץ רואיג ס'איז געפארן ווי געפלאנט, איעדע פון אונז איז געווען אויפן וועג צו ווערן דער גדול הדור, אבער אונזער יצר שלאפט נישט, און ביז א קורצע צייט זענען מיר געוואר געווארן אז ס'איז גארנישט אזוי גרינג, ער פאנגט אָן שטעלן פיסלעך ביי איינעם איז עס די מצב אין שטוב, ביים צווייטן גאר די מצב אויפן גאס, און ביים דריטן איז עס די מצב הפרנסה, אבער מיר אידישע קינדער ווערן נישט פארלוירן און פאנגן אָן צוריק קעמפן מיט אלע כוחות, אבער במשך דעם קאמף זעט דער אידעלע איין מיט א קלארקייט אז מיר מיזן האבן די הילף פון אונזער גרויסע טאטע אבינו שבשמים און דאס זענען די טעג פון אלול וואס דער אידעלע רופט אויס ...טאטע איך קען נישט אליין איך טו וואס איך קען אבער העלף מיר צו, אונזער באליבטע טאטע ענטפערט זיכער מיין קינד איך וועל דיר צוהעלפן און אט שוין באקומסטו די כוחות, אבער דערנאך גייען אדורך עטליכע טעג און דער מענטשעלע פאר עפעס א סיבה שפירט נישט די כוחות, ס'איז אדורך עטליכע טעג און ער פאלט צוריק אריין אין זיינע שוועריגקייטן, קומען די טעג פון ראש השנה און עשרת ימי תשובה און דער אידעלע רופט נאכאמאל אויס צו זיין טאטע ...טאטע איך מיז האבן דיין הילף, און השי"ת ענטפערט נאכאמאל, יא מיין קינד איך שיק דיר גרויסע כוחות, און נישט נאר וואס איך שיק דיר, נאר איך אליין העלף דיר.
ווען יום הכיפורים קומט שטעלט זיך דער אידעלע מיט א לב נשבר און מעומק הלב גיסט ער זיך אויס דאס הארץ, טאטע איך האב דיר נישט פארציילט ביז יעצט ווי ביטער די מצב איז... אבער איך דארף דיין הילף עמערדזשענסי איך קען נישט אָן דיר, די מיסט מיר העלפן ווייל דער יצר מיט זיינע שרעקליכע טאַקטיקן לאזט מיר נישט אויף הייבן דאס קאפ, ער צוברעכט מיר ברחניות ובגשמיות, איך האב נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט איך בעט דיר טאטע העלף מיר...
אונזער טאטע אבינו שבשמים זאגט, קינד מיינס וואס גייט פאר מיט דיר, די בעטסט און בעטסט... געב נאר א קוק אריין אין דיין באנק אקאונט ס'איז פיל מיט כוחות ס'איז פיל מיט סייעתא דשמיא די גיי נאר אריין אין קאמף אוי! וועסטו ארויס גיין א געווינער, נעם נאר ארויס די אלע כוחות וואס ליגן אנגעזאמעלט פון אלע דיינע תפילות וואס די בעטסט און די האסט צו מיר געבעטן במשך די הייליגע טעג און פאנג זיי אָן ניצן... די אלע געווער וואס די האסט זענען קאמפס גרייט, שטארק זיך מיין קינד וואס איז געווען איז געווען נעם זיך צוזאם מיט שטארקייט און קוראזש ובשם ה' נעשה ונצליח.
טייערע חבירים דאס איז דער לעכטיגע יו"ט סוכות "חג האסיף", דער יו"ט וואס מיר באקומען דעם מתנה אז השי"ת איז אונז מודיע "טייער קינד דיין באנק אקאונט איז פיל", ס'איז דער חג האסיף דער יו"ט וואס מיר ווערן געוואר ווי 'אנגעזאמעלט' אונזערע כוחות זענען, אונזער פארמעגן פון ברכה און סייעתא דשמיא גיסט זיך איבער, און מיר מיזן עס שוין אנפאנגן ניצן, און דאס געבט אונז די קוראזש, די כוחות אריין צו שפרינגן אין דעם שווערן קאמף פונעם טאג טעגליכן לעבן. ווען מיר זענען זוכה צו זעהן אונזער מעכטיגע אַרסענאל פון געווער, אונזערע געוואלדיג כוחות, די געוואלדיגע סייעתא דשמיא וואס באגלייט אונז אויף טריט און שריט לאזט זיך דער אידעלע ארויס פראווענען דעם יו"ט סוכות, ער האנדלט זיך איין מהודר'דיגע ד' מינים ווי באוואוסט אז איעדע איינע פון זיי סימבאלאזירט א אנדערע חלק פון כלל ישראל וואס כאטש א גאנץ יאר קען ער זיך צו זיי נישט צוזאם שטעלן אבער יעצט מיט די גרויסע כוחות קען ער שוין און נישט סתם וואס ער האלט זיי שטארק צוזאמען, ער וועט אויף זיי מאכן א ברכה מיט א געוואלדיגע ליבשאפט... דערנאך זעצט ער זיך אריין אין זיין סוכה'עלע וואס דאס סימבאלאזירט א לעבן פיל מיט בטחון אין השי"ת, ווייל מיט די כוחות וואס איך פארמאג מיט די סייעתא דשמיא וואס השי"ת שטעלט מיר צו פירט זיך דער קאמף אקעגן דעם יצר גאנץ אנדערש, און פארשטייט זיך אז ווען ער זעט און שפירט וויפיל השי"ת העלפט אים, וויפיל כוחות ער שיקט אים, ווערט זיין הארץ איבער געפילט מיט פרייד אשרינו מה טוב חלקינו, דער יו"ט ווערט א טאג פון דאנקן און לויבן ושמחת בחגך והיית אך שמח... און פלוצלינג טוישט זיך דער גאנצע בילד איעדעס ווארט אין די תוה"ק ווערט אים זיס אין געשמאק, אין איעדע עשה, אין איעדע לא תעשה זעט ער א באזינדערע געשמאקע קאמף, ער זעט ווי ער באזיגט דעם יצר איינמאל און נאכאמאל און קומט נענטער און נענטער צום טאטע אין הימל, און מיט דעם הרגשה גייען מיר צו צום גרויסן יום טוב פון שמחת תורה זיך פרייען מיט די הייליגע תורה הקדושה אז מיר זענען זוכה צו זיין א חלק פון איר אתה בחרתנו מכל העמים, אהבת אותנו... און מיר בעטן קדשנו במצותיך, ותן חלקינו בתורתך... וטהר לבנו לעבדך באמת!
לסיכום געדענק:
•יא די האסט געבעטן און געבעטן... באמערק אויך אז די באקומסט און באקומסט אָן אויפהער
•דיין ארסענאל איז פיל מיט געווער פון סייעתא דשמיא, ברכות, הצלחות וואס שטייען קאמפסגרייט
•באמערק דיינע געוואלדיגע כוחות און פיל אן דיין הארץ מיט שמחה אתה בחרתנו מכל העמים... אהבת אותנו