בלאט 1 פון 2
אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: מוצ"ש מערץ 17, 2012 11:46 pm
דורך bobi
וועלן מיר באקומען מער שכר אויף די אלע מער פרומע זאכן וואס מיר חסידים טון מער וואס האט נישט קיין מקור פון די הלכה?
ווען מען לערנט אביסל זעהט מען קלאר אז די אמאליגע גרויסע לייט זענען נישט געווען אזוי פרום און עקסטרעם ווי אונז זעמיר היינט.
עס זענען דא הונדערטער מיני אידן פון זיי זענען מיר די מערסטע עקסטרעם
פריידט זיך דער אייבישטער מיט אונז מער ווי אנדערע אידן?
דארף יעדע בר ביה רב זיין אזא בעל נפש?
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 12:40 am
דורך דולה ומשקה
רש"י (סוכה ל"ז ע"ב) איז מסביר וואס איז שירי מצות "ששיירה ולא עשאה מעלה עליו הכתוב כאילו לא עשה מן המובחר", דאס מיינט אז דאס האט נישט מיט די עצם מצוה, נאר א הידר למצוה, אבער אויב מטוט דאס נישט הייסט עס נישט געטוהן "מן המובחר".
וואס איז דער שכר פון טוהן די שיירי מצוה? זאגט די גמרא "שיירי מצוה מעכבין את הפורעניות". די גמרא כאפט אן "שאקעלען לולב", די תורה זאגט נאר 'ולקחתם', איז פאר מנענע לולב באקומט שכר 'שמעכבין את הפורעניות לעצור רוחות רעות וטללים רעים'. אין ווי מער די דורות ריקען זיך אלץ מער אזעלכע 'מעכבין הפורעניות' דארפען מיר.
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 12:55 am
דורך דולה ומשקה
אין טאקע דערפאר היות זיי ימים הקודמים איז במשך הדורות צוגעקומען כלל ישראל גאר אסאך שיירי מצוה חומרות אין הידורים, אין דאס איז טאקע מעכף אסאך פורעניות. שטעלט אייך פאהר לויט ווי נידריג אונזער איז, וואלט געדארפט ווען זיין מער פורעניות, אבער אידען ברוך השם כל אחד לפי מנהג מקומם פירען זיך אין געוויסע אופן מער ווי די פריעדיגע, מיט מער חומרות וגדרים
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 1:19 am
דורך דולה ומשקה
א קליין הייפעלע פון א פארה רעגליעזע אידען, רוף זיי אן ווי אזוי די ווילסט, דעם עם הנבחר וואס איז ניטאמאהל א פערצענט אויף די וועלטס מענטשען, דער באשעפער איז משנה עתים ומחליף את הזמנים, האט איינער אין דער גאנצע כדור הארץ גע'חלומ'ט אז אין א געוויסע י' ניסן איז דער טאג לענגער געווארען מיט 36 שעה אנשטאט די געווענדליכע 24 שעה, אין דאס איז געוועהן צוליב איין יהושע בן נון, פתאות שלא בעונתה שטייט ביי יעקב אבינו, א גאנצע מערת השמים טוישט זיך פאר א מענטש פשוט ווייל ער האט פארגעסן צו גיין דאווענען "במקום שהתפללו אבותי"? ועוד רבות כהנה.
בימינו אלה איז טאקע נישט ממש אזוי, אבער קען מען דען אפשאצען די כח פון א איד? וואס פאר א רושם א קליינע הידור וואס א איד טוט וויפיל דאס איז מכריע כף המאזנים? דאס מיז בכלל נישט זיין קיין 'חרדי', די קענסט אנקוקען א איד די וואלסט איהם באטילט אלס א 'בעסערע גוי', אבער דארט אין געגנט ערגץ ווי אין דער סטעיטס הייסט ער א בעל מחמיר א טייל רופען איהם 'דער סאטמאר רב' פשוט צו ווייזען ער איז צו פרום, אז אזא איינער מיינט עס טאקע מיט די גאנצע ערנסקייט, האט ער א גרויסע כח אין הימעל, אין זענען אזוי ווייט אונז זענען אזוי קליין צו פארשטיין וואס איז חשוב ביים רבונו של עולם.
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 6:20 pm
דורך bobi
איך פארשטיי נישט דיין תירץ
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 4:53 pm
דורך דולה ומשקה
ווען נישט דער 'רבי', נישט קיין נפק"מ וועלכע, ווען דער 'רבי' האט גארנישט - אבסאלוט גארנישט - פון זיינע מוסדות, למשל ער טיילט נישט קיין חנוכה געלט, בחורים קומען נישט צו קיין טישען (נאר לערנען באותו זמן וכו'), זיי האבען גארנישט מיט דער עצם חסידות, די איינגעשטעלטע אין ישיבות מלמדים מלמדות טיטשערס זענען נישט קיין קינדער קרובים וכו', וואלט דער 'רבי' זיך געמיטשעט אויס צו האלטן זיינע מוסדות, פארוואס זאל ער יא, וואס פאר א ניצען האט ער דען פון זיי, גארנישט. ער קאן דאך נישט נוצען די בניני המוסדות פאר פראפאגאנדע צו בויען די חסידות. וואלט ער דען אינוועסטירט אזוי פיל געלט כח און מח אז ער זאל נאר זיך קענען באנוצען מיט די אינגעלייט?
אלא מאי לכאורה מיז איך זאגען אז ער מיינט נישט באמת דעם חינוך אדער מרחיב זיין גבולי הקדושה, נאר בלויז מרחיב זיין די חסידות מיט מענטשהייט (ער דארף פלייש אנצופילען דער פאררענטשעס), קען מען באמת זאגען אויף דעם 'רבי' אז ער האט מעמיד געוועהן "תלמידים" [למאות או לאלפים], איך גיי נישט דא אריין אין דער עצם עניני חסידות נאר בנוגע חינוך הבנים, היות דער מוסדות מעיקר מלכתחילה איז נישט באמת אינגאנצען לשם שמים [שיין געזאגט], נאר פשוט דער נאמען פון דער חסידות זאל שטיין אויף דער באסעס, ממילא האט עס אזא פנים.
כ'מיין פארוואס דארף דער חסידות מיט דער מוסד (די בנין וואס מ'לערנט דארט די קליינע קינדער ולמעלה מזה) האבען דעם זעלבע נאמען? מיינט נישט אינגאנצען דעם חינוך נאר מציעט אויף די זאלסט בלייבען דא, זאלסט נישט אוועק גיין, מדארף דיר די זאלסט שטיין אויף די בליטשערס, שאקעל דיך, קום צום 'טיש', דער חינוך מיינט באמת "ווער מיינע חסידים".
ועוד יש להאריך בפרטיות הדברים.
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 7:03 pm
דורך טעלעפאן
לכאורה אויב טוט מען די פרומקייטן "לשם שמים" דעמאלטס באקומט מען לכאורה שכר. רוב אבער - עכ"פ ווי ווייט איך ווייס - טוען עס לשם חסידות אדער לשם מענטשען ארום אדער ווייל 'מ'האט אזוי אויסגעלערנט', און מזעעמיר סתם נאראנים....
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 11:01 pm
דורך איינער
טעלעפאון, און וואס טוט זיך אז מען קריכט אויף גראדע ווענט לשם שמים?
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 11:36 pm
דורך nescafe
טעלעפאן האט געשריבן:לכאורה אויב טוט מען די פרומקייטן "לשם שמים" דעמאלטס באקומט מען לכאורה שכר. רוב אבער - עכ"פ ווי ווייט איך ווייס - טוען עס לשם חסידות אדער לשם מענטשען ארום אדער ווייל 'מ'האט אזוי אויסגעלערנט', און מזעעמיר סתם נאראנים....
איך וועל נישט זאגן מיין אייגענע סברות אין דעם ענין ווייל איך האב עס נישט דורך געלערנט.
נאר פאר "הרב טעלעפאן" וואלט איך געוואלט בעטן אז איר זאלסט דורכלערנען די באקאנטע הקדמה פונעם מסילת ישרים וואס בתוך הדברים שרייבט ער ווי פאלגענד:
ואולם תולדות המנהג הזה רעות מאד לחכמים ולבלתי חכמים, כי גורם שמאלה ומאלה יחסר החסידות האמיתי ויהיה יקר מאד למצוא אותו בעולם. כי יחסר מן החכמים למיעוט עיונם בו, ויחסר מן הבלתי חכמים למיעוט השגתם אותו, עד שידמו רוב בני האדם שהחסידות תלוי באמירת מזמורים הרבה ווידויים ארוכים מאד, צומות קשים, וטבילות קרח ושלג, כולם דברים אשר אין השכל נח בהם ואין הדעת שוקטה:
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 1:46 pm
דורך בן-זומא
דולה ומשקה האט געשריבן:ווען נישט דער 'רבי', נישט קיין נפק"מ וועלכע, ווען דער 'רבי' האט גארנישט - אבסאלוט גארנישט - פון זיינע מוסדות, למשל ער טיילט נישט קיין חנוכה געלט, בחורים קומען נישט צו קיין טישען (נאר לערנען באותו זמן וכו'), זיי האבען גארנישט מיט דער עצם חסידות, די איינגעשטעלטע אין ישיבות מלמדים מלמדות טיטשערס זענען נישט קיין קינדער קרובים וכו', וואלט דער 'רבי' זיך געמיטשעט אויס צו האלטן זיינע מוסדות, פארוואס זאל ער יא, וואס פאר א ניצען האט ער דען פון זיי, גארנישט. ער קאן דאך נישט נוצען די בניני המוסדות פאר פראפאגאנדע צו בויען די חסידות. וואלט ער דען אינוועסטירט אזוי פיל געלט כח און מח אז ער זאל נאר זיך קענען באנוצען מיט די אינגעלייט?
אלא מאי לכאורה מיז איך זאגען אז ער מיינט נישט באמת דעם חינוך אדער מרחיב זיין גבולי הקדושה, נאר בלויז מרחיב זיין די חסידות מיט מענטשהייט (ער דארף פלייש אנצופילען דער פאררענטשעס), קען מען באמת זאגען אויף דעם 'רבי' אז ער האט מעמיד געוועהן "תלמידים" [למאות או לאלפים], איך גיי נישט דא אריין אין דער עצם עניני חסידות נאר בנוגע חינוך הבנים, היות דער מוסדות מעיקר מלכתחילה איז נישט באמת אינגאנצען לשם שמים [שיין געזאגט], נאר פשוט דער נאמען פון דער חסידות זאל שטיין אויף דער באסעס, ממילא האט עס אזא פנים.
כ'מיין פארוואס דארף דער חסידות מיט דער מוסד (די בנין וואס מ'לערנט דארט די קליינע קינדער ולמעלה מזה) האבען דעם זעלבע נאמען? מיינט נישט אינגאנצען דעם חינוך נאר מציעט אויף די זאלסט בלייבען דא, זאלסט נישט אוועק גיין, מדארף דיר די זאלסט שטיין אויף די בליטשערס, שאקעל דיך, קום צום 'טיש', דער חינוך מיינט באמת "ווער מיינע חסידים".
ועוד יש להאריך בפרטיות הדברים.
און אפשר איז דער תפקיד פון א חסידות אין אונזערע צייטן צו פורמען אזא סטרוקטור, אין וועלכער די וואס באלאנגען צו דעם חסידות זאלן זיך האלטן אויף דעם וועג? מיר קענען לכאורה מסכים זיין אז רוב מענטשן טראכטן נישט צו טיף אריין אין יעדער זאך. רוב פונעם חרדישן ציבור איז נישט גרייט (און ווילן ניטאמאל) זיך אליין אויפבויען א שיטה לויט וועלכער צו לעבן. דערפאר דארף זיין א געוויסער "באקס" פאר די מענטשן.
דאס וועט יעדער מודה זיין אז חסידות היינט טראגט גאר אן אנדער פנים ווי דעם וועלכן דער בעש"ט האט מייסד געווען. מען דארף אבער אויך געדענקען אז די וועלט, די מענטשן, די אומשטענדן, די השגות פון מענטשן וכו' וכו' האבן זיך אזוי געטוישט אין די לעצטע צוויי הונדערט יאר, אז ווען מען וויל האבן עפעס וואס זאל אקאמאדירן דעם היינטיגן מצב, קען עס נישט זיין א חסידות אויף יענעם נוסח.
קיינער האט זיך נישט אוועקגעזעצט אויספלאנירן די "ביג פיקטשור" וויאזוי אונזער עולם און אונזערע חסידות'ן זאלן אויסזען. דאס געשעט צוביסלעך, אנטוויקלט זיך בהדרגה. ס'איז זייער שטארק מסתבר אז בעתיד וועט חסידות אויסזען אנדערש ווי היינט צו טאג.
מ'קען באשולדיגן די מנהיגים פון היינט ביז מארגן. די מנהיגים לעבן אבער אויך אינעם זעלבן דור, אין דער זעלבער וועלט, אונטער די זעלבע אומשטענדן. אלעס זענען שטיקלעך פון איין גרויסן פאזל.
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 4:52 pm
דורך בן-זומא
יאנקל האט געשריבן:די סברא איז פארקערט. אמאל איז געווען פיל מער פורעניות אויף דער וועלט, מענטשן זענען געשטארבן אינגער, קרענק זענען געווען פיל מער מצוי, די דרכים זענען געווען בחזקת סכנה, וכו׳.
דארף מען וויסן וואס גייט אריין אין כלל פון "פרעניות", און וואס הייסט "נארמאל" פאר א ספעציפישער תקופה. למשל, שטארבן ביי די 60 איז נישט טיפיש פאר היינט. מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק איז עס געווען נאענטער צום דורכשניט.
איך ווייס אויך נישט וואס לעבן און שטארבן האבן אמאל געמיינט פאר מענטשן. אין אינדיע און אנדערע לענדער פון יענעם ראיאן זענען פאראן גורוס ביי וועמען שטארבן איז ארויס פון איין צימער און אריין אין אנדערן. זיי דמיו'נען נישט - זיי לעבן דערמיט אויף אן אמת. פאר זיי איז שטארבן נישט אזא פרעניות ווי פאר דעם דורכשניטליכן מענטש אין דער מערב וועלט.
כ'מיין אז מען דארף פארשטיין וואס ליגט אונטער דעם ווארט "פרעניות" כדי צו קענען וויסן וויאזוי עס צו "אפלייען".
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 4:57 pm
דורך בן-זומא
אין אלגעמיין זענען דא גדרים, סייגים און חומרות וואס ווערן געמאכט פאר'ן כלל, ווייל אזוי האבן די חכמים פון יענע צייטן איינגעזען. דערנאך זענען פאראן זאכן וואס דער יחיד דארף באשליסן צי ס'וועט אים העלפן אדער שטערן אין עבדות השם און פון דורכפירן זיין אויפגאבע אויף דער וועלט. אלעס איז ביי אונז געווארן איין גרויסער קוגל ווייל אונזער וועלטל איז אויסגעשטעלט פאר'ן רבים/כלל (ווערסוס דעם יחיד). איך ווייס נישט צי אזא "גלאבאליזאציע" איז גוט צי שלעכט (ס'האט מסתמא מעלות און חסרונות), אבער דאס איז דאס מציאות.
וישמע חכם ויוסיף לקח.
(איך ווייס נישט צי איך בין גערעכט. אזוי זע איך עס נאר. זאל יעדער מאכו זיין ריסוירטש אדער דורכרעדן מיט א בר סמכא.)
אכשר דרא - קענסער יוכיח
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 2:56 am
דורך דבילה
http://abcnews.go.com/Health/cancer-dea ... 3f5OPBSTng ליינענדיק די נייעס אז די ראטעס פון קענסער ווערן קלענער איז מיר בייגעפאלן א געדאנק. ווי מיר ווייסן איז די אלע מחלות א תוצאה פון געוויסע פרצות און נישט-זהירות אין געוויסע ענינים. צי צניעות אדער רעדן אין בית מדרש וכדו'. נאך מער איז אלעמאל דא די פותרי חלומות וואס ווייסן אלעמאל די פשר דבר פונקטליך אויף וועלכן מכשול די איצטיגע קריזיס האט פאסירט. זעענדיק אז יעצט איז די מצב גאר פארקערט, ס'איז עפעס אן עת רצון דארט אויבן אין הימל, מוז דאך זיין אז עפעס טון מיר גאר גוט - די אויבערשטע איז אויסנאם צופרידן פון וואס גייט פאר מיט די אידישע הנהגה. קען מען לכאורה פון אזא צייט ארויס לערנען צוויי זאכן. איינס, וואס מ'טוט יעצט איז נישט קיין פראבלעם. צווייטנס, עפעס א גוטע זאך מוז זיין וואס מ'טוט וואס איז גורם דער ספעציעלע טובת עין מן השמים.
לגבי איינס - ס'מוז זיין אז די שטערן/שפאקטיוו אויסגאבע זענען נישט קיין פראבלעם. ס'מוז אויך זיין אז די אלע וואס האבן יעצט אינטערנעץ אן א פילטער איז נישט א פראבלעם. דער וואס האבן נישט איז נישט קיין ראיה אז זיי מעגן האבן ווייל קען זיין אז פאר זיי טויג עס נישט.
לגבי צוויי - לדעתי איז דער עיקר זכות וואס ס'איז דא אין די לעצטע פאר יארן וואס די קענסער ראטעס פאלן איז די מצוה פון לאכן פון רבי'ס וואס לדעתי גייט דאס אריין אין די גדר פון ליצנותא דע"ז.
'ך פיל אז איך האב מקצר געווען במקום שאמרו להאריך, אבער 'ך 'על 'ך מוזן פארלאזן אויף חברי הגולשים שיחיו וואס 'עלן אודאי אויסברייטערן די נושא כדבעי.
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 5:50 am
דורך טעלעפאן
איינער האט געשריבן:טעלעפאון, און וואס טוט זיך אז מען קריכט אויף גראדע ווענט לשם שמים?
ביזט לכאורה גערעכט .... כ׳האב נאר געשריבן וואס איך האב אמאל געהערט. למעשה בין איך זייער אפן און ביי מיר פערזענליך נעם איך נישט אן קיין חומרות אן קיין מקור.. איך האב נאר פרובירט ארויסצוברענגען די אנדערע זייט....
Re: אכשר דרא - קענסער יוכיח
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 1:16 pm
דורך קול גדול
ס'שטעלט זיך טאקע ארויס אז די אלע מוכיחים בשער וואס האבן פארשפרייט פלאקאטן אז אינטרנט איז בגימטריה סרטן זענען נישט געווען גערעכט, וואס זיי האבן נישט אין אכט גענומען איז אז אינטרנט איז בגימטריה
מזכה הרבים, און ווי מ'זעט רעדוצירט עס גאר די קענסער ראטעס און איז טאקע מזכה הרבים בגוף ובנפש.
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 9:41 pm
דורך עסן עסט'זיך
אביסעל תמימות וועט אויך נישט שאטן, מיר פירן זיך בעיסיקלי וויזוי אונזרע רעבעס און זיידעס האבן אונז געלערנט סאך זאכן זענען זיי גיווען פרימער אסאך זאכן גאר בעסער גיווארן, וואס איז די אויפגעקלערטקייט דא? תמים תיהיה האט נאך קיינעם נישט געשאדט
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 3:39 pm
דורך בן-זומא
יאנקל האט געשריבן:גוט ארויסגעברענגט. דאס קומט צוזאמען מיט דעם היימישן מענטאליטעט אז קינדער דארפן זיין קאפיעס פון די עלטערן, און אז דער טאטע האט מחליט געווען מער נישט צו עסן געבראקטס טארן די קינדער אויך נישט, און אז די מאמע האט מחליט געווען צו גיין א שפיצל מוזן די קינדער אויך גיין. אין אנדערע ווערטער יעדער דור זאמלט אן א פרישער באגאזש פון חומרות וואס לויט דעם סיסטעם דארפן אלע קינדער און אייניקלעך מקיים זיין עד סוף כל הדורות, און פארשטייט זיך מיטנעמען פרישע חומרות און מנהגים אין יעדן דור.
יעדער דארף טראגן די זעלבע בגדים, אויסזען די זעלבע, ארבעטן אין דעם זעלבן ספעקטרום פון דזשאבס, די זעלבע פוירניטשור, לערנען די זעלבע לימודים, פאטשן ביי די זעלבע שטיקלעך ביים דאווענען, טראכטן די זעלבע, פארשטיין די זעלבע, באלאנגען צום זעלבן פלאץ, וואוינען אין די זעלבע ערטער, זיך בייזערן אויף די זעלבע זאכן...
Re: אכשר דרא - קענסער יוכיח
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 11:52 pm
דורך שרגא
דבילה האט געשריבן:http://abcnews.go.com/Health/cancer-death-rates-continue-decline/story?id=16023263#.T3f5OPBSTng
ליינענדיק די נייעס אז די ראטעס פון קענסער ווערן קלענער איז מיר בייגעפאלן א געדאנק. ווי מיר ווייסן איז די אלע מחלות א תוצאה פון געוויסע פרצות און נישט-זהירות אין געוויסע ענינים. צי צניעות אדער רעדן אין בית מדרש וכדו'. נאך מער איז אלעמאל דא די פותרי חלומות וואס ווייסן אלעמאל די פשר דבר פונקטליך אויף וועלכן מכשול די איצטיגע קריזיס האט פאסירט. זעענדיק אז יעצט איז די מצב גאר פארקערט, ס'איז עפעס אן עת רצון דארט אויבן אין הימל, מוז דאך זיין אז עפעס טון מיר גאר גוט - די אויבערשטע איז אויסנאם צופרידן פון וואס גייט פאר מיט די אידישע הנהגה. קען מען לכאורה פון אזא צייט ארויס לערנען צוויי זאכן. איינס, וואס מ'טוט יעצט איז נישט קיין פראבלעם. צווייטנס, עפעס א גוטע זאך מוז זיין וואס מ'טוט וואס איז גורם דער ספעציעלע טובת עין מן השמים.
לגבי איינס - ס'מוז זיין אז די שטערן/שפאקטיוו אויסגאבע זענען נישט קיין פראבלעם. ס'מוז אויך זיין אז די אלע וואס האבן יעצט אינטערנעץ אן א פילטער איז נישט א פראבלעם. דער וואס האבן נישט איז נישט קיין ראיה אז זיי מעגן האבן ווייל קען זיין אז פאר זיי טויג עס נישט.
לגבי צוויי - לדעתי איז דער עיקר זכות וואס ס'איז דא אין די לעצטע פאר יארן וואס די קענסער ראטעס פאלן איז די מצוה פון לאכן פון רבי'ס וואס לדעתי גייט דאס אריין אין די גדר פון ליצנותא דע"ז.
'ך פיל אז איך האב מקצר געווען במקום שאמרו להאריך, אבער 'ך 'על 'ך מוזן פארלאזן אויף חברי הגולשים שיחיו וואס 'עלן אודאי אויסברייטערן די נושא כדבעי.
אויב ביסט אזא בעל חשבון הנפש און זעסט וועלטליכע געשעענישן פון אזא בליק, האסטו אויך געצויגן א פארקערטע מסקנא אז גאט איז נישט געווען צופרידן ביים האלאקאסט? אדער דארט האט דיך געבאדערט פארקערט? אדער קלויבסטו נאר לויט וויאזוי עס קומט אויס בעסער.
נאך עפעס: פארוואס קוקסטו פונקט אויף קענסער. מ'קען דען מאכן אזא נארישע קליינע סטאטיסטיק צו זען גוטס ווערסוס שלעכטס? איך טענה נישט אויף יא אדער ניין, נאר דאס איז דען דער איינציגער מעסטער צי די וועלט ווערט בעסער אדער נישט? דו ביסט טאקע זיכער אז די טאטאלע מאס צרות איז היינט ווייניגער ווי ווען די קענסער טויט-ראטעס איז געווען העכער? צו קוקן און מעסטן לויט איין זאך, איז קורצזיכטיג.
בכלל, ווען די וועלט איז פטור געווארן פון פאליא, וואלט אן אנדערער דבילה געקענט קומען שרייבן די זעלבע ווי דיין יעצטיגע אנאליז, אבער עס איז אים נישט בייגעפאלן אז קענסער קלאפט שוין דערוויילט אויפ'ן טיר און מאנט טאפלט.
נאך א קליינע פראגע: אויב חלילה די ציפערן פון קענסער זאל אנהייבן צוריק ארויפגיין, וועסטו דעמאלט זאגן אז דאס איז א סימן אז דער דור ווערט שוואכער און די אלע זאכן ואוס דו האסט דערמאנט וועסטו דאן אננעמען אז זיי זענען יא פראבלעמען?
איך מיין דיך נישט דא פערזענליך, נאר עס איז א גוטער ביישפיל ווי טיילמאל האט מען ליב צו געבן א שליידער ארויס אן אבזערווירונג אדער שטעלן אן אנגעבליכע באמבע-קשיא כדי די קינדערלעך זאלן האבן מיט וואס נישט איינצושלאפן. אבער צי עס קלאפט און שטימט, איז שוין א קליינער חילוק.
Re: אכשר דרא - קענסער יוכיח
נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 12:24 am
דורך קול גדול
שרגא האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:http://abcnews.go.com/Health/cancer-death-rates-continue-decline/story?id=16023263#.T3f5OPBSTng

פונקט אזויווי די נביאות זאגער קענען מוכיח זיין אז אלע צרות קומען צוליב דאס און יענס, קען מען אויך אויפברענגן פארקערט ווען סאיז דא גוטע נייעס און ווייניגער צרות.
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 4:10 am
דורך נולד מאוחר
א גדול האט געזאגט אז אברהם אבינו זאל ארימגיין אויף זיכן זיינע אייניקלעך,
וואלט ער געהאט א הארד טיים זיי צו דערקענען.
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 9:30 am
דורך יידל
נולד מאוחר האט געשריבן:א גדול האט געזאגט אז אברהם אבינו זאל ארימגיין אויף זיכן זיינע אייניקלעך,
וואלט ער געהאט א הארד טיים זיי צו דערקענען.
וועלכע גדול?
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 4:14 pm
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:א גדול האט געזאגט אז אברהם אבינו זאל ארימגיין אויף זיכן זיינע אייניקלעך,
וואלט ער געהאט א הארד טיים זיי צו דערקענען.
וועלכע גדול?
מסתמא דיין חשוב'ער איד, דער ל"ו צדיק.
Re: אונזער אידישקייט דא היינט צוטאגס
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 5:28 pm
דורך kliger
קען איינער דא ביטע מסביר זיין אויב איז אלעס נהמא דכסיפא וואס איז די אויפטוה פון אונזער סיסטעם וואס מען פראגרעמט אלעס ראבאטיק ביז די 25-30 איינער האט דען א בחירה???