בלאט 1 פון 2

נו, ווי אזוי איז געוועהן יום טוב??

נשלח: דינסטאג אקטאבער 02, 2012 8:40 pm
דורך [NAMELESS]
ב״ה ס׳איז געוועהן א הערליכע יום טוב, ס׳איז געוועהן צוגעשטעלט פון שענסעטן און בעסטען. די שלאק האט זיך אויך אויסגעארבייט (צום ערשטען מאל!!) און אפילו היינט מיט א שלאקס רעגן האמיר באוויזן צו עסן אין די סוכה.
ביינאכט האבן די מאקיטא׳ס נישט צופיל געביסן (נאר צוויי מאסקיטא בייט׳ס) און ס׳איז געוועהן א פערפעקט וועטער פיין צו שלאפן!
די אתרוג איז ב״ה געוועהן א הדר, אבער די צווייטע טאג יום טוב ווען די אתרןג איז געווארן געלער האב איך אנדעקט א בלאט פלעק מיט איין שווארצע פינטעל. אבער נישט געפערליך ס׳איז נאך אלץ זייער שיין.
די נוי סוכה פון די קינדערלעך איז געוועהן אדארעבל און קיאט. מיין בחור׳ל האט געמאכט מיט מיניטשער׳ס אזא אישפיזין זאך , עפעס צו באווינדערן איינ׳ס אין די וועלט!! די קינדער האבן געזינגען די ניגונים פון חדר/סקול, און ב״ה פיין געקענט די שאלות. אפילו מיין ספעשל עד מיידעל האט שיין געענטפערט אלע שאלות מיט איר קלינגעדיגע שטימעלע.

ווי אזוי איז געוועהן ביי ענק??

נשלח: דינסטאג אקטאבער 02, 2012 9:20 pm
דורך אוי טאטי
ברוך השם, עס איז געוועזן א הערליכע יום טוב!
די לולב איז מיר טאקע פסול געווארן די ערשטע טאג, אבער אחוץ פון דעם איז אלעס געווען סוקסעספול ב׳ה!.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 02, 2012 9:53 pm
דורך זר זהב
גע'סאקט

נשלח: דינסטאג אקטאבער 02, 2012 10:51 pm
דורך נולד מאוחר
זר זהב האט געשריבן:גע'סאקט

עפעס ספעציעל דעם יוט אדער יעדע יוט סאקט?
כמיין ווייל דו האסט נישט געקענט שרייבען אויך קש צווי טאג.

אויס וואלט געווען איין טאג יוט אזוי ווי די ארגענעלער פלאן וואלט עס אויך געסאקט?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 02, 2012 10:52 pm
דורך זר זהב
ווייל כאנישט א נארמאלע סוכה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 12:01 am
דורך נולד מאוחר
זר זהב האט געשריבן:ווייל כאנישט א נארמאלע סוכה

ווען איך ווייס ווען וואלט איך דיר געליידנט צי מיר.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 3:40 pm
דורך צוקער
אההה! געווען עפעס העכערס ברוך השם, לעילא ולעילא!
אנגעהויבן פונעם שויער ערב יום טוב ביזן פארוויילן נעכטן נאכט ביז די פארטאגס שעה'ן, פון די רויטע פארדייעס דיפ ביז די דעסערט און סארבעיס, די ווייעכע פלאנקען האבן זיך לייכט אריינגעגליטשט אינעם וושט מיטן הילף פון קאלטע וואדקע און שיין רויטע מערלאו, און פארשטייט זיך ארויפגעלייגט אסאך מיילעדזש אויפן פרק הישן...
געווען אן עכטער ושמחת! כן יעזור ה' להלאה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 3:47 pm
דורך לעמיל
צוקער האט געשריבן: רויטע פארדייעס דיפ.

וואס איז דאס?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 3:50 pm
דורך צוקער
טאמעיטא דיפ (אדער: חריף)

האסט קיינמאל נישט אריינגעטראכט אויפן בארימטן אויסשפריך: "לאקשען מיט פארדייעס", וואס דאס מיינט?....

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 3:51 pm
דורך דבילה
וויבאלד ערב יו"ט האביך אריינגעארבעט ווי א פערד אויף מיין שלאק, ביניך געזעסן דעם גאנצן ערשטן טאג נערוועז אז ס'איז געווען להבל וריק. ב"ה די צווייטן טאג ביים סעודה האט זיך אלץ איבערגעדרייט לטובה. ס'האט גערעגענט א מחיה און דער שלאק איז געווען א מחיה'דיגע יצא עיניך... אקיצור, די שלאק האט געקנאקט! ס'האט זיך אראפגעדרייט א מחיה, געהאלטן די סוכה טריקן ווי א ביין, און די וואסער האט זיך אראפגעקייקעלט פונ'ם טארפ אן לאזן סיי 'סארא בייכעלע.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 3:56 pm
דורך לעמיל
צוקער האט געשריבן:טאמעיטא דיפ (אדער: חריף)

האסט קיינמאל נישט אריינגעטראכט אויפן בארימטן אויסשפריך: "לאקשען מיט פארדייעס", וואס דאס מיינט?....

קיינמאל נישט געהערט די בארימטן אויסשפריך

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 3:59 pm
דורך צוקער
:|

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 4:06 pm
דורך הירשל ציג
יאך האב קיין שלאק אויף מיין סוכה... און מיר עסן אין סוכה COME HELL OR HIGH WATER - אזוי אז די 2טע טאג יו"ט איז נישט געווען אזוי איי איי איי... אבער דאך, דאנקען ג-ט, זייער פיין געווען

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 6:52 pm
דורך נולד מאוחר
דבילה האט געשריבן:וויבאלד ערב יו"ט האביך אריינגעארבעט ווי א פערד אויף מיין שלאק, ביניך געזעסן דעם גאנצן ערשטן טאג נערוועז אז ס'איז געווען להבל וריק. ב"ה די צווייטן טאג ביים סעודה האט זיך אלץ איבערגעדרייט לטובה. ס'האט גערעגענט א מחיה און דער שלאק איז געווען א מחיה'דיגע יצא עיניך... אקיצור, די שלאק האט געקנאקט! ס'האט זיך אראפגעדרייט א מחיה, געהאלטן די סוכה טריקן ווי א ביין, און די וואסער האט זיך אראפגעקייקעלט פונ'ם טארפ אן לאזן סיי 'סארא בייכעלע.

איך האב געכאפט אויף מייו שטריימעל איינעמס בויך וואסער, איך האב געהאט א חשד עס איז דיינס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 11:28 pm
דורך דבילה
נולד מאוחר האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:וויבאלד ערב יו"ט האביך אריינגעארבעט ווי א פערד אויף מיין שלאק, ביניך געזעסן דעם גאנצן ערשטן טאג נערוועז אז ס'איז געווען להבל וריק. ב"ה די צווייטן טאג ביים סעודה האט זיך אלץ איבערגעדרייט לטובה. ס'האט גערעגענט א מחיה און דער שלאק איז געווען א מחיה'דיגע יצא עיניך... אקיצור, די שלאק האט געקנאקט! ס'האט זיך אראפגעדרייט א מחיה, געהאלטן די סוכה טריקן ווי א ביין, און די וואסער האט זיך אראפגעקייקעלט פונ'ם טארפ אן לאזן סיי 'סארא בייכעלע.

איך האב געכאפט אויף מייו שטריימעל איינעמס בויך וואסער, איך האב געהאט א חשד עס איז דיינס.


דאס רופט זיך אויף אידיש א "פליטת בטן"...

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 9:37 pm
דורך [NAMELESS]
די יאר איז געוועהן נאך שענער!! אזעלעכע הערליכע וועטער' ס ממש א ברכה צו מאכען

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 9:45 pm
דורך חכם באשי
ראשעקאל, קום אריין צו מיך אין אישי ווען איר האט א מינוט.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 10:00 pm
דורך zurich
ראשעקאל וואס זאלסטו נישט מאכן א עקסטערע אשכול אויף דעם יאר!
איך געמיינט קודם אז דו רעדסט פון דעים יאר

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 11:27 pm
דורך גנדי
איך בין משוגע געווארן פון דריי טעג. די זעלבע מענטשן. אויך מיין קאווע שטיבעל חברותא איז אוועק געפארן אויף יום טוב.

איך האב אבער געפערטיגט די דיקע בייאגראפיע בוך וואס איך האב געליינט.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 11:39 pm
דורך נולד מאוחר
ראשעקאל האט געשריבן:די יאר איז געוועהן נאך שענער!! אזעלעכע הערליכע וועטער' ס ממש א ברכה צו מאכען

סהאט נישט געשטימט די תירץ אויף די קשיא פארוואס מאכט מען יעצט א זכר אויף יצאת מצרים, וויל ווינטער איז ניכר אז סאיז פאר די זכר.
למעשה האב איך געניצט הוגה'ס מהלך אנשטאט.חג האסיף איז די עיקר, מריקט שוין אריין מצרים זאל זיין.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 12:18 am
דורך קאווע טרינקער
יו"ט מילא, אבער וואס איז דאס "שמחת בית השואבה"?
צוויי חדשים צוריק הייסט מען מיך שטינקען און פאסטען ווייל "כל דור שלא נבנה בימיו כאילו נחרב בימיו", און יעצט הייסט מען מיך זיך פרייען און טאנצן כאילו ס'דא א בית המקדש?
כ'בין אביסל צומישט.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 9:31 pm
דורך [NAMELESS]
עעעעענדליך!!!
די דריי טאג׳עדיגע סעט׳ס האבן מיר קראנק געמאכט.
יעצט קימט א לאאאאנגע ווינטער.

א געזינטען ווינטער!!!

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 9:48 pm
דורך berlbalaguleh
לעמיל האט געשריבן:
צוקער האט געשריבן:טאמעיטא דיפ (אדער: חריף)

האסט קיינמאל נישט אריינגעטראכט אויפן בארימטן אויסשפריך: "לאקשען מיט פארדייעס", וואס דאס מיינט?....

קיינמאל נישט געהערט די בארימטן אויסשפריך

ס'איז טאקע שוין א יאר אלט די הודעה און תגובה. ממש ישן נושן. אבער כ'האב עס ערשט יעצט באמערקט. והנה: צוקער , וועלכער איז צוקער זיס, האט נאר געברענגט א האלב פון דעם שפריכווארט/ווערטל. ס'גייט בערך אזוי: "וואס איז נייעס? אויף דעים קומט די תשובה: לאקשן מיט פארדייעס. :roll: :lol: