בלאט 1 פון 1

בעלזא רב: טראגן ווייסע זאקן אין חוה"מ

נשלח: דינסטאג אקטאבער 02, 2012 9:01 pm
דורך sunbar
די בעלזא רב האט געהייסן זיין חסידים טראגן ווייסע זאקן אין חול המועד אויך.

ביז היינט האבן די חסידים געטראגן ווייסע זאקן בלויז ווען מען האט חתונה געהאט אדער חתונה געמאכט און אין יום טוב.

Re: בעלזא רב: טראגן ווייסע זאקן אין חוה"מ

נשלח: דינסטאג אקטאבער 02, 2012 9:15 pm
דורך ל.רוזן
פון ווי זאלן די חסדים האבען ווייסע זאקען פאר די גאנצע חוה'מ? מקען דאך נישט אויסוואשען

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

נשלח: דינסטאג אקטאבער 02, 2012 9:17 pm
דורך אוי טאטי
קוקט אויס אז אמת׳ע חסידים וועלן טראגן די זעלבע פאר זאקן א גאנץ יום טוב צי פאלגן וואס די רבי הייסט..

נשלח: דינסטאג אקטאבער 02, 2012 9:25 pm
דורך sunbar
ביז דעמאלס וועט עס ווערן שווארץ...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 02, 2012 9:53 pm
דורך זר זהב
איך האב איין מאל געזען א בעלזער טראגן א ווייסע זאק אויף איין פיס און א שווארצע אויף די אנדערע, ס'געווען יו"ט שחל בשבת

נשלח: דינסטאג אקטאבער 02, 2012 10:50 pm
דורך אריק
וואס איז טאקע פשט אז זיי גייען נישט שבת מיט ווייסע זאקן?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 02, 2012 11:03 pm
דורך sunbar

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 1:51 pm
דורך על המחיה
זימן שחורים ומצא לבנים ... ;)

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 3:54 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:איך האב איין מאל געזען א בעלזער טראגן א ווייסע זאק אויף איין פיס און א שווארצע אויף די אנדערע, ס'געווען יו"ט שחל בשבת

נאך א פשט. ביידע זאקן זענען אמאל געווען ווייס. :lol:

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 3:55 am
דורך berlbalaguleh
על המחיה האט געשריבן:זימן שחורים ומצא לבנים ... ;)

פארקערט איז מער שכיח על פי דרך הטבע.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:42 pm
דורך דולה ומשקה
מ'קען יעצט צו לייגן צום רשימה אויך בשבת שבע ברכות