דור אנוש
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 12:24 am
אנוש איז געוועהן דער זוהן פון שת בן אדם הראשון. שת האט איהם אזוי גערופען על שם "מה אנוש כי תזכרנו", דער 'בכור שור' אז שוין בימיו האט די מענטשען אנגעהויבען צו רופען די נעמען פון זייער קינדער בשם ה' אזוי ווי "מחוייאל - מתושאל".
אנוש איז איינע פון די ד' לשנות ווי מרופט א מענטש (אדם, גבר, אנוש, )וויבאלד הבל איז גע'הרגט געווארען, אלע דורות זענען אפגעמעקט געווארען ביין מבול, אין נאר פון אנוש איז געבליבען דורות נאך דער מבול משא"כ פון די אנדערע קינדער פון שת. אין טאקע מהאי טעמא האבען די מלאכים געזאגט "מה אנוש כי תזכרנו ובן אדם כי תפקדנו".
נאך לידת אנוש איז די תורה מפסיק איז זאגט "זה ספר תולדות אדם", לערנט די מדרש ארויס "מכאן ואילך נתקלקלו הדורות, ונבראו אנשים בצורה אחרת", הייסט בכלל נישט אין דעם זעלבע צורה פון אדם הראשון.
אין דער פסוק שטייט "אז הוחל לקרוא בשם ה'", הוחל איז א לשון פון תחילה. דער 'אבן עזרא' זאגט פשט "מגזרת תחלה והטעם שהחלו להתפלל", הייסט דאס פאר א גרויסע מעלה פון זיי, אז זיי האבען אנגעהויבען צו דאווענען, אזוי ווי דער 'תרגום': "ביומןהי חלו בני אנשא מצלאה בשמם דהשם", אין דאס איז לשבח. דער רד"ק איז מסביר אז ביז דער דור אנוש איז בכלל נישט אנגעפאלען אז תפילה העלפט, נאר זיי האבען געטראכט אז דער גזירת המקום אין להשיב, אבער בימי אנוש האבען זיי אנגעהויבען צו דאווענען. אסאך פרעגן אז מ'זעט שוין אז אדם הראשון האט געבעטן אויף רעגן, נאר ס'דא וואס פארענפערען אז אדם הראשון האט געבען לכבוד המקום, אבער די דור אנוש האט געבען בעד ישיעות ורפואות.
אבער פון רוב מדרשים איז משמע אז בימי דור אנוש איז נאר געוועהן א ירידה, נישט קיין עליה, דער הייליגע מהר"ל מפראג שרייבט (גור אריה בראשית ד כו): "והראב"ע שפירש אותו לשבח אין רוח חכמים נוחה הימנו, לפי שיש ללמוד מענין הפרשה דלא בא לספר בשבחם, וכי אפשר לפרש להיות קוראים עתה בשם ה', ומצאנו כאשר החל לרוב היו תמיד חוטאים יותר, ואיך נאמר אכשר דרי".
נאר די כוונה איז אז זיי האבען אנגעהויבען "לקרוא שאר דברים" בשם ה', זיי האבען געמאכט 'שאר דברים' אזוי ווי דער זון אין לבנה אדער די מערכת השמים צו אלהות (אפגעטער), אין די דור אנוש האט אנגעהויבען צו דאווענען אויך צו זיי. אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט (פ"א הל' עבודת כוכבים ה"א): "בימי אנוש טעו בני האדם טעות גדול ונבערה, עצת חכמי אותו הדור ואנוש עצמו מן הטועים היה, וזו היתה טעותם אמרו הואיל והאלקים ברא כוכבים אלו וגלגלים להנהיג את העולם, ונתנם במרום וחלק להם כבוד, והם שמשים המשמשים לפניו, ראויין הם לשבחם ולפארם ולחלוק להם כבוד, וזהו רצון הא-ל ברוך הוא לגדל ולחלק מי שגדלו וכבדו, כמו שהמלך רוצה לכבד העומדים לפניו וזהו כבודו של מלך".
וממילא לויט די ווערטער פון דער רמב"ם איז אויך די כוונה פון "הוחל" לשון תחילה, נאר זיי האבען דעמאלס אנגעהויבען צו דאווענען לשמש ולירח. קען זיין טאקע און אונזער חומשים אין דער נוסח אין דער תרגום איז נישט "מצלאה" נאר מלצלאה", אז זיי האבען אויפגעהערט דאווענען פארן באשעפער, נאר אנגעהויבען צו דאווענען לשמש וירח.
רשיה"ק איז מפרש "הוחל" מלשון 'חולין'. הוחל קען אויך זיין א לשון המתנה אזוי ס'שטייט לא יחל דברו, אין ווי דער רשב"ם איז מבאר "שלא יתעכב מלעשותו", אויב אזוי קען זיין אז די כוונה שהתחילו "להתעכב" מלקרוא בשם ה', אדער פון דער לשון "חלילה" אז זיי האבען אויף געהערט מלהתפלל לה'. דער 'חזקוני' הוחל איז פון לשון 'נתבטל' מלשון הפסוק לא יחל דברו, לא "יבטל דברו", ממילא אויך די כוונה שביטלו התפלה להשי"ת.
דער 'ספורנו' איז מפרש אז הוחל לקרוא בשם השם, אז דעמאלס האבען די צדיקי הדור אנגעהויבען דרש'ענען להרבים את שם ה', כעין וואס ס'שטייט "ויקרא שם בשם ה' א-ל עולם", ווי באלד זיי האבען געדארפט סותר זיין די דיעות פון די עובדי כוכבים וגלולים וואס האט זיך דעמאלס אנגעהויבען.