בלאט 1 פון 1

פרויען בארד מעמבערס, פארוואס נישט?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 1:38 am
דורך נולד מאוחר
יו''ט אין בית מדרש קומט א אינגערמאן מיט א גאנצע געטואכטס, די קערידזש'ס אויפן ערשטען שטאק ,די שכן רעגט זיך .
איך קען נישט פינקטלעך די מעשה ,אזויפול האב איך אויפגעכאפט ער מרעדט פון א קאנדא דער עולם האלט די קערידזש יו''ט אויפן ערשטען שטאק מזאל קענען ארוסגיין יו''ט. דער וואס וואוינט דארט רעגט זיך .
בקוצר א מעשה מ'גייט פרעגן די בארד מעמבערס ווער סאיז גערעכט.

מיר איז שווער געווארן פארוואס זאל נישט זיין אפאר פרויען אויך אינעם בארד?
נאך אלעם איז רעדט מען פון נושאים וואס פרויען פארשטייען סאך מאל בעסער ווי מענער.
סאיז יושר סזאל זיין אפאר פרויען און אפאר מענער, נישט אזוי?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 11:17 am
דורך villager
מסתמא ווילן זיי נישט זיין אויסגעשטעלט צו דיעלן מיט פערווערטס, די פרומע חברה וואלטן פאררופן באורד מיטינג'ס 3 מאל א טאג.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 12:28 pm
דורך קלוג און יונג
איך מיין אז די פרויען וואלטען געזאגט ביי די מיטינג אז זיי גייען פרעגן זייער מאן, "איים גאננע עסק מיי האזבענד" ווי ס'איז דער שטייגער ביי אונז, סא פארוואס באמיטשענען אז זיי קענען אין דע צייט דייעפערן נאך אן עויפע'לע?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 4:25 pm
דורך איחוד פעלד
קלוג און יונג האט געשריבן:איך מיין אז די פרויען וואלטען געזאגט ביי די מיטינג אז זיי גייען פרעגן זייער מאן, "איים גאננע עסק מיי האזבענד" ווי ס'איז דער שטייגער ביי אונז, סא פארוואס באמיטשענען אז זיי קענען אין דע צייט דייעפערן נאך אן עויפע'לע?

און יאך האב גאר געמיינט אז די מענער פרעגען אלס די ווייב.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 6:31 pm
דורך נולד מאוחר
קלוג און יונג האט געשריבן:איך מיין אז די פרויען וואלטען געזאגט ביי די מיטינג אז זיי גייען פרעגן זייער מאן, "איים גאננע עסק מיי האזבענד" ווי ס'איז דער שטייגער ביי אונז, סא פארוואס באמיטשענען אז זיי קענען אין דע צייט דייעפערן נאך אן עופה'לע?

די גאנצע מערכה דארט איז א פרויען אישו. אז זיי האבן צייט פאר גאסיפ אןן מחלוקת קענען זיין פון די באארד. שטייט דאך פארט בינה יתירה....