בלאט 1 פון 1
פדר"א געדרוקט אין ירושלים מיט דעם ליצענץ פונעם צענזור
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 1:42 pm
דורך שלזינגרוביץ
כ'האלט ביי מיר אויפן טיש דאס באוואוסטע מדרש פרקי דר' אליעזר (פדר"א) הוצאת זכרון אהרן וולעכער איז געדרוקט געווארן אין ירושלים שנת תשס"ה. דער אמת איז אז מ'קען זאגן אויף די הוצאה ווי מ'זאגט כסדר ביי אונדז: "לא בא כבושם הזה". די מהדורה אנטהאלט אלע פירושים, ס'האט שיינע און קלארע אותיות, און וואס נאך קען מען פאדרן פון א מסחר'ישע הוצאה? אבער מצד שני, טראץ די גרויסע מי האבן די מוציאים לאור זיך נישט אפגעגעבן גענוג - און אפשר בכלל נישט - מיט דעם צענזורה. אין סוף די הקדמה ווערן דערמאנט די נעמען פון די יונגעלייט וולעכער האבן גענומן אטייל אין די ארבעט - ניין אין צאל. אבער קיינער פון זיי האט נישט אין זינען געהאט צו אויסמעקן די נייע "נוסחאות" פון דעם צענזור.
פרק כ"ט פונעם ספר רעדט ארום פון די גרויסע חשיבות פון מצוות מילה און פון די טומאה פון די ערלה. דער מחבר שפעט פון די ערלים - און אויך פון די אראבער וולעכער טראץ זיי זייענן געמל'ט רופט זיי (כלומרשט ישמעאלן) "בן הערלה" וייל ער איז געבוירן געווארן בעפאר אברהם איז געווען געמל'ט. עס איז זייער בולט אין עמ' רלח אז ס'איז כמעט נישט דא אויפן ארט דער פירוש פונעם רד"ל. די סיבה איז פראסט פשוט: דער פוילישער צענזור האט נישט געלאזט דרוק די שפעטעריי פון דעם ספר א קעגין די נישט געמל'טע גויים. ולעניינו: אין די נייע מהדורה איז געבליבן און גוף דברי החיבור דער צענזורס נוסח:
דער חיבור ערקלערט אין עמ' רלח פאר וואס אברהם האט געבראכט מל'ן זיינע קנעכט, און ער זאגט אזוי:
ולמה מלן בשביל הטהרה שלא יטמאו את אדוניהם במאכליהם ובמשתיהם שכל האוכל עם העבד כאלו אוכל עם הכלב...
אבער אין אנדערע דרוקן און און אלע כתבי יד שטייט געשריבן הערל! און אוודאי געוויס אז דאס איז די ריכטיגע נוסח.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 2:16 pm
דורך שלזינגרוביץ
סופר ומונה האט געשריבן:איר זייט געוויס גערעכט. עס איז אבער פאראן ביי געוויסע פון אונז אזא שוואכקייט איבער צוריקשטעלן אריגינעלע גירסאות. אין דער פאפולערער מהדורה פון דעם תלמוד "עוז והדר" איז אויך נישט צוריקגעשטעלט געווארן אין דעם טעקסט פון דעם תלמוד די פיסקאות וועלכע זענען צענזורירט געווארן דורך דער צענזור, זיי זענען בלויז ציטירט געווארן אין דער זייטיקער "הגהות וציונים".
אט די מהדירים פונעם זכרון אהרן'ס הוצאה האבן נישט מורא געהאט מוסיף צו זיין נייע דרשות וועלכע זיינען קיינמאל נישט געדרוקט געוואן זעט אין זייט תקיד, די זעקסטע רייע:
"נוסף מכת"י" און דאס איז לשבחם ייאמר.
נייע דרשות און די מהדורה
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 3:00 pm
דורך שלזינגרוביץ
דער אמת איז אז די מהדירים האבן אריין געלייגט נייע דרשות נישט נאר אין זייט תקיד. זיי האבן דאס זעלבע געטון אויך אין אנדער ערטער. און זייט תקיג האנדלט זיך וועגן משה רבנו'ס תפילה איבער מרים'ן און ס'ווערט געבראכט דארטן אזא דרשה:
"הלך אהרן אצל משה אמר לו אדוני משה...
[שנאמר אל נא תהי כמת ולא עוד אלא (עד) עכשיו ישמח כל ישראל ויאמרו אחותם של משה ואהרן מצורעת חי שם רע שלך הוא]"
כ'האב בודק געווען פארשידענע דרוקן, און כ'האב נישט געפונען אין קיין דרוק אט די דרשה! און בכלל די דרשה איז אום פארשטענדליך. וואספארא שמחה אויפן קאפ איז דאס אז מרים איז מצורע געווארן? און נאך: וואס הייסט "מצורעת חי". אין דער עיקר העיקרים - פון וואנעט האבן אט די מהדירים גענומן די דרשה?
דאס ארטיקל פדר"א און די יידישע וויקיפעדיע - איין פאראגראף
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2012 11:59 am
דורך שלזינגרוביץ
אין די יידישע וויקיפעדיע איז פארהאן א גרויסע גאר א אינטערעסאנטע ארטיקל איבער אונדזער מדרש. איך ברענג דא דאס פאסיקע פאראגראף.
די נייע מהדורה פון פדר"א (זכרון אהרן)
עס איז פארהאנען אסאך כתבי יד פון דעם מדרש און עס איז געדרוקט געווארן צענדליגע מאל. אין יאר תשס"ה (איבער געדרוקט נאך א מאל אין תשס"ו) איז ארויס א שיינע נייע מהדורה פון דעם מדרש מיט פירוש הרד"ל, פירוש רז"ו, אין נאך אין נאך, ביי זכרון אהרן. מ'דארף דאנקן די מהדירים אז זיי האבן צו געלייגט די לעצטע עמוד וואס איז אראפ געפאלן אין דעם ערשטן דרוק און עס איז הונדערטער יארן געדרוקט געוואן מיט דעם חסרון - ביז די מהדירים האבן מחזיר געווען עטרה ליושנה.
אבער טראטץ דער שיינקייט און א סאך ארבעט וואס עס איז ארייגעלייגט געווארן אין דער מהדורה איז געבליבן דארטן פארשידענע נוסחאות פון דעם צענזור. צום ביישפיל:
* אין פרק מו שטייט געשריבן אזוי (עמ' תכז-תכה):
יום שניתנה תורה אמר סמאל לפני הקב"ה רבונו של עולם על כל הרשעים נתת לי רשות ועל הצדיקים אין אתה נותן לי רשות
אבער אין אנדערע דרוקן אין אלע כתבי יד איז געשריבן: הגויים....ישראל. און די נוסח "צדיקים... רשעים" איז בלויז צוליב די שרעק פון די צענזורה.
* אין פרק כט ווערט ערקלערט פארוואס אברהם האט געמל'ט זיינע קנעכט (עמ' רלח):
ולמה מלן בשביל הטהרה שלא יטמאו את אדוניהם במאכליהם ובמשתיהם של מי שאוכל עם העבד כאלו אכל עם הכלב... וכל הנוגע בעבד כנוגע במת
:עס איז אבער זעלבספארשטענדלעך - און אזוי איז געדרוקט און פריערדיגע דרוקן און אלע כתבי יד - אז מען רעדט דא פון א ערל'! און די נוסח עבד איז בלויז צוליב די שרעק פון די צענזורה.
"ישמח כל ישראל"
נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2012 6:13 pm
דורך שלזינגרוביץ
שוין, ס'איז שוין מוצאי שמחת תורה. איר האט דאך אודאי געטאנצט און געהאפקעט מיט די תורה. אבער אפשר האט איר אויך געהאט אביסל צייט צו עפענען דעם מדרש פרקי דר' אליעזר און מיישב זיין אט די אויבנדערמאנטע מאדענע משונהדיקע דרשה און פרק נד וולעכע זאגט אז ווען די יידן וועלן הערן אז מרים איז מצורעת געווארן "ישמח כל ישראל". מה זה ועל מה זה, ולשמחה מה זו עושה.
טייערע פריינד איך וויל זיך דורך שמועסן מיט מענטשן בשר ודם. אבער אויב ס'איז נישט דא קיין רעאגיר טא רעדט איך מיט די לאמפ.
א גוטן ווינטער אייך אלעמען אין ארץ ישראל און אין אמעריקע.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 1:09 am
דורך נולד מאוחר
קענסט לינקען די טעקסט איך וויל דאס זען אינעווייניג.
בדרך רמז איז דאס וואס מיר ווילן זאל פאסירען צי אלע שיינע פרויען אזוי וועלען מיר בלייבן הייליג.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 7:36 am
דורך שלזינגרוביץ
יישר כוחכם סופר ומונה. נישט אומזינסט האט איר זיך געגעבן דעם נאמען סופר ומונה נאר ווייל איר זיינט אזוי ווי די אמאליגע סופרים וולעכער האבן געציילט אלע אותיות פון די תורה. און איר ציילט אלע אותיות פון פרקי דרבי אליעזר.
און לגופו של ענין זענט איר אוודאי געוויס גערעכט, און די אמת'דיגע גירסא איז "ישמע כל ישראל". אבער די פראגע איז געבליבן א פראגע, פון וואנעט האבן אט די מהדורים פון 'זכרון אהרן' אפירגעברענגט די משונה'דיגע מאדנע נוסח "ישמח כל ישראל"? כ'גלייב נישט אז זיי האבן דאס אליין אויסגעטראכט!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 2:13 pm
דורך שלזינגרוביץ
די ענטפער אויף מיין שאלה איז אז די מהדירים האבן געדרוקט די לעצטע צויי פרקים נישט לויט קיין אלטן דרוק נאר זיי האבן דאס קאפירט פון ר' שלמה אהרן וורטהיימרס מאמר און זיין באוואוסטן חיבור 'בתי מדרשות'. איר קענט זען פרטים וועגן דעם מאמר און וויקיפעדיע ארטיקל פדר"א.
כ'וויס נישט פארוואס זיי האבן דאס געטון. דעם לעצטן זייט וועלעכער פעלט און אלא דרוקן איז זעלבסטפארשטנדלך זיך צו נוצן מיט וורטהיימרס ארטיקל אבער וואס פארא תועלת האבן זיי געהאט סתם אזוי משנה זיין פון אלע דרוקן און גיין דווקא נאך וורטהיימר?
און דרך אגב, איינע פון די וויכטיקע מסקנות וועלכע מ'קען זיך אפלערנן פון אט די געשיכטע איז די גרויסע חשיבות פון נאך קוקן כתבי יד.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:31 pm
דורך שלזינגרוביץ
איך האף אז איר האט נישט אויף מיר קיין פראיבל. איך אליין האב געווינטלייך ליב צו טראכטן און געפונן אליין אזעלעכע אינטערסאנטע עניינים. דערווייל זיינט איר אנגעקומען צום אשכול פון 'בחדרי חרדים' און אפשר אויך צום אשכול 'ענייני פדר"א' , און אפשר גאר צו די ארטיקלן אויף עברעאיש און אויף יידיש און וויקיפעדיע וועגן דעם אויסרנעמליכן חיבור פרקי דרבי אליעזר. איך האף אז איר, און אלע אנדערע ליינערס, האבן נישט אנגעווארן פון דעם.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:52 pm
דורך שלזינגרוביץ
און דרך אגב, דורך דעם וואס איך שרייב און איך לייען דא פארבעסער איך אויך מיין יידיש. צ. ב. ש. "געווירבלט" איז ביי מיר א נייע ווארט. (איך בין א ארץ ישראל ייד, און מיין מאמע לשון איז טאקע יידיש אבער און חדר האט מען נישט געלערנט ווי צו שרייבן יידיש, און אויך נישט ווי צו ליינען יידיש.)
נ"א=נוסח אחר? ניין! נוסח איוואן...
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 3:34 pm
דורך שלזינגרוביץ
א גוטע וואך אייך אלעמען פון בני ברק,
אין מיין ערשטע הודעה פונעם אשכול האב איך אזוי געשריבן:
שלזינגרוביץ האט געשריבן:
פרק כ"ט פונעם ספר רעדט ארום פון די גרויסע חשיבות פון מצוות מילה און פון די טומאה פון די ערלה. דער מחבר שפעט פון די ערלים - און אויך פון די אראבער וולעכער טראץ זיי זייענן געמל'ט רופט זיי (כלומרשט ישמעאלן) "בן הערלה" וייל ער איז געבוירן געווארן בעפאר אברהם איז געווען געמל'ט. עס איז זייער בולט אין עמ' רלח אז ס'איז כמעט נישט דא אויפן ארט דער פירוש פונעם רד"ל. די סיבה איז פראסט פשוט: דער פוילישער צענזור האט נישט געלאזט דרוק די שפעטעריי פון דעם ספר א קעגין די נישט געמל'טע גויים...
גענבנדיק א בליק אין זייט רנ"ח פון פרקי דר' אליעזר אין זכרון אהרן'ס מהדורה איז מיר געווארן פינצער אין די אויגן. נישט מער און נישט ווייניקער - די נארישע גרסה פונעם צענזור ווערט געבראכט אין פארענטעז אין גוף הספר, אט אזוי:
"באותו הלילה נגלה הקדוש ברוך הוא על אברהם ואמר לו קח נא את בנך את יחידך אשר אהבת את יצחק. ואברהם חס על יצחק, אמר לפניו, רבון כל העולמים, לאיזה בן? לבן הערלה
[נ"א: הנולד לפני המילה] או לבן המילה..."
אבער טאמער וויל איך זיין א גוטער ייד און מלמד זכות זיין אויף אט די מדפיסים קען מען אפשר זאגן אז "נ"א" מיינט דא נישט ווי געוויינטליך "נוסח אחר" נאר ס'מאכט: " נוסח איוואן" ד.ה. איוואן דער צענזור, והכל בא על מקומו בשלום.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 9:39 pm
דורך יתרו
וואס איז געשען מיט שלוינגרויביץ, זייט די ליצענץ און צענזור האט מען נישט דעהערט פון עם, איז ער צוריק געגאנגען קיין ישראל ?