בלאט 1 פון 2

בוליאינג ביי קינדער

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 11:12 am
דורך קרעקער
אזוי וי דע חודש איז די National Bullying Prevention Month ברענג איך אויף דע נושא
בוליאינג איז שטארק איינגעריסען אויכט ביי אינזערע קינדער און עס הארגעט אפ אסאך קינדער קרבנות
לאמיר הערען וואס מען קען טין עלטערען וועמעס קינדער ווערען געבוליט

http://www.youtube.com/watch?v=rUOpqd0r ... r_embedded

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 2:13 pm
דורך [NAMELESS]
באליאינג איז א שרעקליכע פראבלעם אין אונזערע חדרים און עס איז כמעט נישט דא וואס צו טוהן וועגן דעם. די מלמדים און מנהלים ווייזן אפילו נישט די דעפענישען פון bullying.
דאס איז אויך א פראבלעם ביי עדאלט׳ס. סגעוועהן אין די נייעס איבער א פרוי ענקאר אויף TV וואס האט באקימען א מיאוסע בריוו פון איינעם אז זי איז נישט א גוטע ראלל מאדעל פאר די צוקוקער ווייל זי איז צו גראב!!

----
אה, יעצט זעה איך אז דאס איז די יאטאב לינק צו וואס קרעקער האט גע׳לינקט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 4:07 am
דורך נאך א פשט
ראשעקאל האט געשריבן:באליאינג איז א שרעקליכע פראבלעם אין אונזערע חדרים און עס איז כמעט נישט דא וואס צו טוהן וועגן דעם. די מלמדים און מנהלים ווייזן אפילו נישט די דעפענישען פון bullying.

ניבא ולא ידע מה ניבא.
אלץ א טאטע פון א קינד וואס האט דאס מיט געמאכט קען איך דיר זאגן אז די מנהלים הייבען נישט אהן צו פארשטיין נישט וואס דאס מיינט און נישט ווי אזוי צו דילען דערמיט.
זאגן אז זיי פארשטייען אינגאנצען נישט איז נישט ממש ריכטיג..
זיי פארשטייען וואס דאס מיינט physical abuse און אביסל פארשטייען זיי וואס דאס מיינט verbal abuse... אבער emotional abuse, וואס אין א געוויסע זין איז דאס נאך די ערגסטע, צו דעם פארשטייען זיי אינגאנצען נישט.
זעהענדיג אז עס איז נישטא צו וועם צו רעדען האב איך געמיסט אריבערלייגן מיין זוהן און אן אנדערע ת"ת, און מיט אסאך שמוסען מיט עם [און אביסל הילף] איז ער ב"ה ארויס פון דעם איבערלעבעניש אהן גיין פערמענענט דעמידש.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 9:52 am
דורך דעינעש
נאך א פשט האט געשריבן:...
אלץ א טאטע פון א קינד וואס האט דאס מיט געמאכט...

ני. אפשר טיילט איר מיט אייער עקספיריענס דא פאר'ן עולם צוהערער'ס דא אין ק"ש.
לערן אינז ביטע
אזא וויכטיגע נושא, שאין לה הופכין ביינוז היימישע פארנימענע אידן ומחנכים.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 12:04 pm
דורך [NAMELESS]
נאך א פשט האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:באליאינג איז א שרעקליכע פראבלעם אין אונזערע חדרים און עס איז כמעט נישט דא וואס צו טוהן וועגן דעם. די מלמדים און מנהלים ווייזן אפילו נישט די דעפענישען פון bullying.

זאגן אז זיי פארשטייען אינגאנצען נישט איז נישט ממש ריכטיג..
זיי פארשטייען וואס דאס מיינט physical abuse און אביסל פארשטייען זיי וואס דאס מיינט verbal abuse... אבער emotional abuse, וואס אין א געוויסע זין איז דאס נאך די ערגסטע, צו דעם פארשטייען זיי אינגאנצען נישט.

איך האב ממש דאס געמיינט. זיי פארשטייען נישט אז די דעפענישען פון באליאינג איז נישט באקסעס, שטויסעס און ציפעס, נאר פשוט טשעפענען א מענטש בכל אופן שהוא.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 12:37 pm
דורך קרעקער
מ'האקט דא צוויי זאכן:
איינס, אז מלמדים אליינס בוליען און פארשעמען קינדער אויף שרעקליכע אופנים, וואס הרג'עט זיי אפ פארן גאנץ לעבן,
נאכדעם, אז קינדער צווישן זיך בוליען, אין יעדע קלאס איז דא איין קינד א קרבן וועם מען דערגייט די יארן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 2:10 pm
דורך דעינעש
נישט נאר האקן, באהאנדלונגען און לעזונגען ביטע אויכעט. וייש"כ.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 4:18 pm
דורך היימישער
איך האב געהאט אזא פראבלעם און די מוסד האט זייער שווער געארבעט מיט מנהלים די פראבלעם איז געווען אז די עלטערן האבען נישט קאפערירט און ב"ה די טאטע האט ארויסגענימען דאס קינד און און הנהלה האט אפגעאטעמט, אפילו זיי האבען נישט געקענט ענטפערן האבען זיי מיטגעארבעט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 6:22 pm
דורך קרעקער
http://www.youtube.com/watch?v=PCBdB8nP ... r_embedded

א קינד וואס איז געבוליט געווארען פאר יארען און האט זיך געוואלט נעמען די לעבען האט ענדליך באשלאסן אז געניג איז געניג און האט יענעם געגעבן אין באבענס באבען אריין
ער איז געווארען א העלד איבער די וועלט אפילו דשאסטין ביבער קלאפט עם די פלייצע
http://www.youtube.com/watch?v=XrdK_eBo ... r_embedded

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 8:00 pm
דורך נאך א פשט
דעינעש האט געשריבן:
נאך א פשט האט געשריבן:...
אלץ א טאטע פון א קינד וואס האט דאס מיט געמאכט...

ני. אפשר טיילט איר מיט אייער עקספיריענס דא פאר'ן עולם צוהערער'ס דא אין ק"ש.
לערן אינז ביטע
אזא וויכטיגע נושא, שאין לה הופכין ביינוז היימישע פארנימענע אידן ומחנכים.


איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים משום כמה סיבות, אבער אופן שפיץ גאפל...
עס איז דא צוויי חלקים וואס דארפען ווערן באהאדעלט.

איינס איז ווי אזוי מען סטאפט די בוליאינג. (אמת'דיג סטאפן און נישט נאר אז מען האט געסטראשט דעם רודף...)
און די צווייטע איז ווי אזוי מען מען לערנט אויס דעם קינד (נרדף) זיך נישט צו פארלירן און נישט צו פארלירן די סעלף קאנפידענס.

....און זיך נישט שעמען צו גיין פאר הילף אויב נויטיג. נישט אלעס קען מען טוהן אליינס, ווענט זיך אין דאס קינד און ווי לאנג די בוליאינג האט אנגעהאלטן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 8:33 pm
דורך דעינעש
שכוח.

קינדער ווערען דערנידערט דורך מחנכים אדער עלטערען

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:48 am
דורך איחוד פעלד
לכאורה איז דאס א זאך וואס א גרויסע עולם איז פאסיוו דערוועגען.
ד.ה. אז מען וועט פרעגען א געווענליכע טאטע צו ער האלט אז זיין זוהן באקומט אין חדר א רוח חיים אדער פארקערט, וועט ער נישט טראכטען אז עס איז מעגליך אז זיין שווארץ אפעל פין אויג ווערט גאר מושפל אין חדר, און כאפט בזיונות דא אין דארט, און אז זיין אינגעל קומט אהיים און זוכט אינדערהיים צו באקומען חיזוק.

טראכט אריין אויב אייער זוהן איז מער בשמחה דאנערשטאג נאכמיטאג נאך חדר, אדער שבת פארנאכט. אויב זעהט אז ער פילט מער א זעלבסשטענדיקייט שבת פארנאכט, מיינט אז אין חדר כאפט ער בזיונות, צו פין א חבר, צו פין דער מלמד, צו פין דער מנהל גאר.

דאס איז א זאך, וואס איינמאל דער שרייבער פין די שורות האט עס געזעהן, איז עס געווארען א טבע שני צו זעהן ביי א קינד זיין מצב הרוחי, ווי זיין סעלף קאנפידענס האלט.

פאר א קינד דארף מען געבען אהן א שיעור קאמפלימענטען און חיזוק, זיי מאכען פילען ווי זענען געליבט, ווי זיי זענען קליג, גרויס, שטארק, שיין, און אלע מעלות.

מלמדים, און ליידער, ליידער גאר אסאך, האבען א טבע, אז פארשידענע קינדער וואס זיי האבען נישט ליב זייער מהות, וועלען זיי אנידערשלאגען, און מאכען א חוזק פין זיי, אמאהל אויף כסדר'דיגען אמאהל נאר ווען דער שנאה ערוועקט זיי.

א טאטע דארף דאס וויסען, און פראבירען צו באהאנדלען די זאך אויף א פראפעסיאנאלען אופן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:51 am
דורך זר זהב
שטארקע נקודה, ס'דארף טאקע ווערן דיסקוסט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 4:39 am
דורך טעפל
ס'קאכט זיך אין די נייעס א מקרה פון בוליאינג וואס האט זיך געענדיגט מיט זעלבסט מארד
http://www.youtube.com/watch?v=vOHXGNx- ... r_embedded

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 9:33 am
דורך קרעקער
מלמדים, און ליידער, ליידער גאר אסאך, האבען א טבע, אז פארשידענע קינדער וואס זיי האבען נישט ליב זייער מהות, וועלען זיי אנידערשלאגען, און מאכען א חוזק פין זיי, אמאהל אויף כסדר'דיגען אמאהל נאר ווען דער שנאה ערוועקט זיי.

דע שורה רייסט שטיקער!!!
אינז אלע ווייסען אז יעדע פין אונזער מלמדים האבן געהאט א פיק אויף אפאהר קינדער און זיי גערודפט דערגאנגען די יארען פארשעמט אין דערנידערט אין פיזיש געשלאגען און געהארגעט פשוט ווייל די יונגעלס נאז האט זיי נישט געשמעקט אדער זענען זיי געווען פעש וכדומה
מיין הארץ גייט אויס פאר דע קינדער וען איך דערמאן זיך ווי דער רבי פלעגט זיי דערנידערען

די פראבלעם איז אז אפילי היינט גייט עס נאך אלס אן - אין מיר עלטערען דארפען שטיין על המשמר ווייל אינזערע קינדער זענען שעמעדיג און וועלען דאס נישט אליינס פארציילען

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 10:29 am
דורך דעינעש
ביי מיר האט דער אשכול אויף א וואונדערליכען אופן ערוועקט טיפע געפילען ווי אויך מיטלייד מיט די באטראפענע, דער רודף און דער נרדף כ'מעט צוגלייך,

אוי ווי גוט איז ווען מענטש'ן פירן זיך אויף מיט כבוד צו דעם באשעפערס באשאף און אירע באשעפענישן דערינען, ורחמיו על כל מעשיו שטייט אין תהלים. ווי אויך אזוי ווי אין אבות שטייט אז ווער איז א מכובד, דער וואס איז א מכבד את הבריות.

אפשר ווייס מיר שוין ווי אזוי זיך צו אין די האנט אריין נעמען בס"ד. אבער צומאל אז עס דאכטזיך אז צוויי מענטשן זענען אריין געשלעפט געווארן אין אזא מצב נעבעך ווי אזוי קען געברענגט ווערן צו זייער באוואוסטזיין אז זאכן ברויכן און קענען געטוישט ווערן, און בס"ד דארף עס א תיקון לכבוד ה' ?.

ובפרט ווי עס באקאנט די ווארט בשם גדולים; אז קיינער קען נישט קיינעם גוטס טוהן, און קיינער קען נישט קיינעם שלעכט'ס טוהן. אויב עפעס איז מען נאר א שליח מן השמים. איז לטוב וויל יעדער זיין די שליח, אבער פארקערט ?!?!


..און הלוואי ביי ערוואקסענע זאל עס שוין זיין א דבר שבא לכלל תיקון ביי אלעמען..

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 9:38 pm
דורך ברוין

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:32 am
דורך נאך א פשט
ברוין האט געשריבן:http://www.youtube.com/watch?v=BmUL72dIbTA

איך מיז דיר זאגן דעם אמת. איך האב באמת דאס נישט געוואלט קוקען, דאס איז נישט פאר א חסידישע יונגערמאן צו זען. אבער וויבאלד די האסט עס דא געלינקט האב איך פארשטאנען אז עס מיז האבן א שייכות מיט די נושא.
וואס זאל איך זאגן.. איך האב מיט געוויינט.. עס האט מיר ארויפגעברענגט די זכרונות פון וואס איך בין אריבער מיט מיין קינד.. אויף קיין שום יוד [ניין, אויף קיין שום מענטש] נישט געדאכט.
אוי באשעפער!!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 9:10 am
דורך ברוין
מען מאכט MUTE ווען זי זונגט

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:02 pm
דורך DotCom
טעפל האט געשריבן:ס'קאכט זיך אין די נייעס א מקרה פון בוליאינג וואס האט זיך געענדיגט מיט זעלבסט מארד
http://www.youtube.com/watch?v=vOHXGNx- ... r_embedded


וואס א טאג גייט אריבער קאכט זיך די פרשה מער און מער אויף קעסל און כלים, די סאשעל מידיע און די גאנצע אינטערנעט וועלט איז פול מיט סופארט און באשילדיגונגען, די אמענדע טאדד קעיס.

אויך די מעכטיגע "אנאנימעס" העקער'ס, די גרעסטע העקער'ס גרופ אויף די אינטערנעט האבן עס גענומען צום הארצן, נאך א קורצע אינטעליגענץ ארבעט האבן זיי אויפגעדעקט דעם אידענטיטי פון איר ערשטער רודף, איינער קאדי מעקסאן פון בריטיש קאלומיביע, זיי האבן אים געווארנט ער זאל בעסער שלאפן מיט 'איין אויג אפן' און זיי האבן געסטראשעט צו נעמען דעם געזעץ אין אייגענע הענט.

(אינטערסאנט די העקערס האבן דארט געמאכט א סטופיד מיסטעיק, זיי ליסטן אים אלס דרייסיג יעריגער און געבוירן 1980...)

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 4:33 pm
דורך ישמעאל הכהן
צייטליך

נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 7:05 am
דורך מי אני
עס פעהלט אויך די ידיעה דערין אז מ'דארף דאס הענדלען נישט נאר פון דער בולי און דער געבוליט, נאר אויך פון די זייטיגע צושויער קינדער (ווייל די יסוד פון בוליאינג איז דאס אז דער בולי האט אן אומבאלאנס פון פאוער לגבי דער וויקטים, און בפרט אויב דאס איז אן עמאציאנאלן סארט בוליאינג מאכן די צושויערס גאר אסאך אויס).

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 26, 2019 8:30 pm
דורך [NAMELESS]
נאך א פשט האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:באליאינג איז א שרעקליכע פראבלעם אין אונזערע חדרים און עס איז כמעט נישט דא וואס צו טוהן וועגן דעם. די מלמדים און מנהלים ווייזן אפילו נישט די דעפענישען פון bullying.

ניבא ולא ידע מה ניבא.
אלץ א טאטע פון א קינד וואס האט דאס מיט געמאכט קען איך דיר זאגן אז די מנהלים הייבען נישט אהן צו פארשטיין נישט וואס דאס מיינט און נישט ווי אזוי צו דילען דערמיט.
זאגן אז זיי פארשטייען אינגאנצען נישט איז נישט ממש ריכטיג..
זיי פארשטייען וואס דאס מיינט physical abuse און אביסל פארשטייען זיי וואס דאס מיינט verbal abuse... אבער emotional abuse, וואס אין א געוויסע זין איז דאס נאך די ערגסטע, צו דעם פארשטייען זיי אינגאנצען נישט.
זעהענדיג אז עס איז נישטא צו וועם צו רעדען האב איך געמיסט אריבערלייגן מיין זוהן און אן אנדערע ת"ת, און מיט אסאך שמוסען מיט עם [און אביסל הילף] איז ער ב"ה ארויס פון דעם איבערלעבעניש אהן גיין פערמענענט דעמידש.

וואס איז די חילוק פון verbal abuse און emotional abuse??