בלאט 1 פון 1

פראנצויזישער איד געווינט נאבעל פרייז אויף פיזיק

נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2012 8:50 pm
דורך יאנקל
ווידעראמאל האט א איד זוכה געווען צו געווינען א נאבעל פרייז. דאס מאל איז עס סערזש האראש, א פראנצויזישער איד פון מאראקאער אפשטאם, וועלכער האט געווינען דעם פרייז אויף פיזיק צוזאמען מיט אן אמעריקאנער וויסנשאפטלער לכבוד זייער ערפינדן טעכניקן טיף נאכצוקוקן דעם שייכות פון ליכט און חומר.