מאכט זיך אמאל א נייעס, מדארף טראכטען א פאסיג אשכול וואו עס אריינצוקוועטשן און מדארף דעסיידען אויב ס'ווערד צו זיין א בריה בפני עצמה.
האט איר דא א נייעס וואס פיט אריין אין די רירנד, מוזיקה, אינטערעסאנטע נייעס, פעירי טעילס, און וואו נישט. פונקט לייען איך היינט א מעשה וועגען א מעסעדזש אין א באטל וואס א אינגעלע האט איבערגעלאזט פערציג יאר צוריק אויף א שפיץ בארג ערגעץ אין די קאלטע וויילדערנעס און עס איז אפגעפונען לעצטענס ביי איינעם. היינט איז דער אינגעלע א דזשאדזש..
http://losangeles.cbslocal.com/2012/10/ ... ego-judge/
נאט אייך א מעשהלע, איינס פון "שלשה אחים" ארויס. א קאמפאזער, ראדריגאז, וואס האט פארפאסט צוויי קאסעטעס, ביידע האבן געפלאפט, און ער איז כל ימיו אפגעזעצן אין פארוועטי און ארעמקייט, און געארבעט ביטער שווער פאר דאס ביסן ברויט.
שטעלט זיך ארויס אז אין סאוט אפריקא זענען זיינע קאסעטן געווען א היט. אזוי אז די יונגע דור איז אויפגעוואקסען מיט זיינע לידער. די זעלבע צייט האט זיך פארשפרייט די שרעקליכע נייעס אז ראדריגאז איז באגאנגען זעלבסטמארד, ער האט זיך פארברענט לעבערדיגעהייט אויפן סטעדזש אין פראנט פון זיינע פענס.
היינט איז עס פערציג יאר שפעטער, די מעשה שפינט זיך ווייטער.
די עולם איז אינווייטעד צו וואטשען די קליפ פון 60 מינוטס. ס'איז היילי רעקאמענדעד.
http://m.cbsnews.com/postwatch.rbml?vid ... feed_id=32