מען דארף נישט זיין צו אלט צו געדענקען דעם גראסערי אויף ליע עוועניו ביי ראס סטריט אין וויליאמסבורג, און אפילו די וואס האבן שוין דערפון פארגעסן, דערמאנען זיך די טעג דערפון, ווען מען האט זיך ענדליך אויפגעוועקט און מען האט אנגעהויבן צו ארבעטן ארום דעם בנין וואס איז שוין פארשלאסן און פארהאמערט אן ערך צען פופצן יאר.
דער גראסערי איז געווען א שם דבר. עס איז געווען אפן כמעט אלעמאל ווען מען האט געדארפט א גראסערי, פונעם זמן און ביזן זמן. אונז קינדער האבן געהאט א געשמאק צו גיין דארט איינקויפן. עס איז געווען אפן גאר שפעט אין דער נאכט אריין, און געווען א גוט פארברענג ארט אין יענע צייט. דאכט זיך אז פאשקעווילן קעגן דעם גראסערי איז געווען א רוטין.
אין יענע צייטן ווען ער איז געווען אפן איז ער געווען פון די איינציגע וואס האבן געהאט פרישע זעמל אום מוצאי שבת. היינט האט שוין יעדער קליינער געשעפט פרישע (און רויע...) בייגל און מען שלאגט זיך שוין ארום ווער עס קען עס געבן פאר ביליגער אדער גאר צוצאלן פאר די וואס נעמען די בייגל...
דער באלעבאס דערפון איז געווען דער גוטער איד ר' ישכר רייך ני"ו וואס איז געווען א זעלטן גוט הארץ און מען האט אים טאקע אויסגענוצט ביזן לעצטן טראפ.
ווער דא געדענקט נאך דעם געשעפט?
נאסטאלגישע זכרונות פון סוכי רייך'ס גראסערי
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
Re: נאסטאלגישע זכרונות פון סוכי רייך'ס גראסערי
ווען א שאכטל ציגארעטן האט געקאסט 2.35 , ווי נעמט מען צוריק יענע צייטן. האט ער געהאט א שותף ? עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ר' תלי גראס פלעגט זיך דארט דרייען אסאך.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- שמואל שלום שלמה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 179
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:14 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
Re: נאסטאלגישע זכרונות פון סוכי רייך'ס גראסערי
ר' תולי פרעגט זיך דארט דרייען ווייל דאס איז געווען די נענסטע פלאץ מיט ציגארעטלעך צו ראדני...
- John Doe
- ידיד השטיבל
- הודעות: 169
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
- האט שוין געלייקט: 119 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל
Re: נאסטאלגישע זכרונות פון סוכי רייך'ס גראסערי
דאס רעבעצין זיינע געדענק איך. זי איז געווען א שיין באפוצט ווייבל, מן הסתם האלב פון די קונים זענען געקומען דארט צוליב איר איינקויפן. יא וויליאמסבורג האט אמאל געהאט א חן.
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל
Re: נאסטאלגישע זכרונות פון סוכי רייך'ס גראסערי
אלץ א ווילימסבורגער אליין ווייס איך נישט וואס מ'רעדט דא !! איך געדנק נישט אזא גראסערי ....
איך האב געוואוינט אויף ראס סטריט אין די תש"ם'ס.
איך האב געוואוינט אויף ראס סטריט אין די תש"ם'ס.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
- רואיק
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 116
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 2:55 am
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
Re: נאסטאלגישע זכרונות פון סוכי רייך'ס גראסערי
John Doe האט געשריבן:דאס רעבעצין זיינע געדענק איך. זי איז געווען א שיין באפוצט ווייבל, מן הסתם האלב פון די קונים זענען געקומען דארט צוליב איר איינקויפן. יא וויליאמסבורג האט אמאל געהאט א חן.
![Thumbs up :like](./images/smilies/Thumbs_up.gif)
ס'האט מיט וויי געטוהן ווען די גראסערי האט זיך פארמאכט. ס'איס געוועהן א וויליאמסבורגער אינסטיטוציע, אזוי ווי מעכלטע'ס טוי סטאר (נאך אויף ראדני), די קאפ קעיק לעידי, און דער איד וואס פלעגט גיין נאך געלט פאר טשיבינער ישיבה אינדרויסן פון פלאם'ס (ווען מ'האט נאך געקענט שמעקן די פיקלס ביז דער ווינער ביהמ"ד).
Re: נאסטאלגישע זכרונות פון סוכי רייך'ס גראסערי
רואיק האט געשריבן: מעכלטע'ס טוי סטאר (נאך אויף ראדני)
ווי אויף ראדני?? איך געדענק די סטאר נאר אויף לי עוועניא. ווי זי פלעגט קענען טרעפען יעדע טוי צווישן די בערג טוי'ס. איי איי איי - געוועהן אמאל צייטן.....
אגב, מיסיס מעכל לעבט נאך?
- רואיק
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 116
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 2:55 am
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
Re: נאסטאלגישע זכרונות פון סוכי רייך'ס גראסערי
ראשעקאל האט געשריבן:רואיק האט געשריבן: מעכלטע'ס טוי סטאר (נאך אויף ראדני)
ווי אויף ראדני?? איך געדענק די סטאר נאר אויף לי עוועניא. ווי זי פלעגט קענען טרעפען יעדע טוי צווישן די בערג טוי'ס. איי איי איי - געוועהן אמאל צייטן.....
אגב, מיסיס מעכל לעבט נאך?
ווי דער סאטמארער בוטשער איז היינט. נישט ביים קארנער נאר איין סטאר אריין קעגן איבער די דשולערי סטאר. ביי די וועי אויף לי עוו. איז די סטאר שוין געוועהן "מסודר", שטעלט אייך פאר...
דאכטסעך זי איז שוין נישטא. זי איז געוועהן א אמתער פיינער פרוי, גרייט געוועהן צו זוכען א קליינעם שמאנץ ווערד א ניקל צופרידנצושטעלן א אידיש קינד.