בלאט 1 פון 2

אינטערנעט סערוויס אויסוואלן און קאסט'ן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 6:49 pm
דורך זר זהב
לעצטענס האט CABLE-VISION OPTIMUM געהויבן די פרייז פאר אינטענעט סערוויס, איך זוך א ביליגערע קעיבל
סערוויס. איך וויל נישט צאלן 50 א חודש.

וואס איז אייערע עקספיריענס?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 8:22 pm
דורך נולד מאוחר
Time Warner 29.99 די שנעלרע פאר נאך פינעף דאלער.
די זאל איז אז time werner און קעבעל וויזען זענען איינגעטיילט לויט די געגענטער.א הויז וואס האט קעבלע וויזען קען נישט האבן טיים ווארנער.
אפשר ווערייזען וואלט געווען אן אפשין.

דרך אגב האלט איך אז די חבירים דא וואלטן זיך גערען משתתף געווען אין דיין אינטערנעט בילל. סאיז אונדזער הנאה דיין שרייבען דא.
נא פינעף דאלער די מצות, צען, פיפצען.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 8:27 pm
דורך זר זהב
קודם א לייק פאר'ן זיך וויסענדיג מאכן... איך האב זיך פונקט אנגעשטויסן אין טיים ווארנער נאכן מאכן א גוגל סוירטש. איך האב געזען די אפציע פון 34.99 פאר שנעלע אינטערנעט. וואס איז די 29.99 ? איז עס אזוי שנעל ווי די רעגולערע קעיבעל? און וואס מיינט דאס אז א הויז מיט קעיבעל וויזיאן קען נישט האבן טיים ווארנער? איך טאר נישט טוישן?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:03 pm
דורך zurich
פארשאף דיר א אפטימאם קויד אין פטור אן עסק!!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:38 pm
דורך שמעקעדיג
דערויף מוז ער האבן עקסעס צו א האט-ספאט, (א שנעלע), און אויך אויב נוצט ער א דעסקטאפ, קומט ע"פ רוב נישט קיין ווייערלעסס אריינגעבויעט דערין, מען דארף צוקויפן א שטיקל דערצו. בקיצור, א קאפ ווייטאג.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:52 pm
דורך zurich
שמעקעדיג האט געשריבן:דערויף מוז ער האבן עקסעס צו א האט-ספאט, (א שנעלע), און אויך אויב נוצט ער א דעסקטאפ, קומט ע"פ רוב נישט קיין ווייערלעסס אריינגעבויעט דערין, מען דארף צוקויפן א שטיקל דערצו. בקיצור, א קאפ ווייטאג.

א קאפ ווייטאג אבער ס'לוינט זיך!!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:05 am
דורך לאדיך אפ
וויאזוי פארשאפט מען אפטימום קאודס?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:11 am
דורך נולד מאוחר
שמעקעדיג האט געשריבן:דערויף מוז ער האבן עקסעס צו א האט-ספאט, (א שנעלע), און אויך אויב נוצט ער א דעסקטאפ, קומט ע"פ רוב נישט קיין ווייערלעסס אריינגעבויעט דערין, מען דארף צוקויפן א שטיקל דערצו. בקיצור, א קאפ ווייטאג.

רוב האטספטס ארבעטן נאר אין-דאר, ניין? קוק דו מוזט זיין אין די בילדינג פון ווי דו כאפסט אויף אדער נאנט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:59 am
דורך sunbar
טאמער האסטו ווערייזאן טעלפאן סערוויס, וועט עס אויסקומען זייער ביליג

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:02 am
דורך זר זהב
?DSL

it not like cable

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:04 am
דורך sunbar
זר זהב האט געשריבן:?DSL

it not like cable


יא, דאכט זיך מיר אז עס קאסט 19.99 אויב די ביסט א קאסטומער.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:05 am
דורך שמעקעדיג
אפשר מיינט ער FIOS
עס איז טייערער אביסל אבער שנעלער ווי קעיבל
בפרט פאר אפ-לאודס.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:06 am
דורך זר זהב
but its slow net compered to cable

i dont want to downgrade

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:06 am
דורך זר זהב
שמעקעדיג האט געשריבן:אפשר מיינט ער FIOS
עס איז טייערער אביסל אבער שנעלער ווי קעיבל
בפרט פאר אפ-לאודס.

יא, אבער ס'נישט אוועילעבעל איבעראל!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:22 am
דורך sunbar
איך האב ווערייזאן רעגולאר אינטערנעט און איך צאל צוואנציג דאללער.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:22 am
דורך sunbar
און אגב, עס ארבעט זייער שנעל...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:33 am
דורך zurich
sunbar האט געשריבן:איך האב ווערייזאן רעגולאר אינטערנעט און איך צאל צוואנציג דאללער.

אנלימיטעד?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:34 am
דורך sunbar
יא

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:38 am
דורך zurich
sunbar האט געשריבן:יא

אה ס' דייל אפ!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:44 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:לעצטענס האט CABLE-VISION OPTIMUM געהויבן די פרייז פאר אינטענעט סערוויס, איך זוך א ביליגערע קעיבל
סערוויס. איך וויל נישט צאלן 50 א חודש.

וואס איז אייערע עקספיריענס?

זיי האבן נישט געהעכערט די פרייזן, נאר די ערשטע יאר געבן זיי דיר אינטערנעט פאר 30 א חודש, נאך א יאר העכערן זיי עס צו ערגעץ אין די פיפציגערס. קענסט נישט באקומען אן אנדערע פראוויידער ווייל זיי זענען איינגעטיילט אין געגענטער, ס'הייסט אז אויב האסטו יעצט אפטימום וועסטו נישט קענען באקומען קעיבעל וויזשען. ס'דא אן עצה פון קענסלען און נאכאמאל אפלייען אויף דיין ווייב'ס נאמען אבער כ'געהערט אז לעצטענס ארבעט עס שווער, קענסט טרייען דיין מזל.
ווערייזען DSL וועט דיר זיין שטייטער, און FIOS איז טייערער און נישט עוועילעבל איבעראל.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:02 pm
דורך זר זהב
אפטימום איז דאך קעיבעל וויזשען

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:27 pm
דורך שמעקעדיג
קענסט סתם אזוי פרובירן צו פארהאנדלען מיט זיי. עס קען ארבעטן, לכה"פ למחצה לשליש ולרביע.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:31 pm
דורך זר זהב
איך וואלט סתם אזוי געקענט באשטיין פטור צו ווערן פון זיי, זייער סערוויס סאקט היבש אריין. סא חוצפה צו בעטן 50 בלויז פאר נעט, און איך קען ניטאמאל טוישן צו א צווייטן, זעמיר דא אין רוסלאנד?