בד"א: הג"ר אברהם גניחובסקי נפטר געווארן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4735 מאל

בד"א: הג"ר אברהם גניחובסקי נפטר געווארן

שליחה דורך יידל »

איינע פון די גרעסטע גאונים אינעם היינטיגן דור, הגאון הגדול ר' אברהם גניחובסקי, מראשי ישיבות טשעבין, ירושלים איז היינט נפטר געווארן. רבי אברהם איז געווען איינע פון די לעצט פארבליבענע תלמידים פון מרן החזו"א זצ"ל. זיין טאטע איז געווען א חבר כנסת מטעם די הפועל המזרחי פארטיי, און איז געווען דער איינציגסטער מזרחיסטישער ח"כ וואס האט - אויפן באפעל פונעם חזו"א - זיך צוריקגעהאלטן פון שטימען פאר די גיוס בנות/שרות לאומי געזעץ. א לעגענדע לויטעט אז דער חזו"א האט פארשפראכן פאר אליהו משה'ן א זון א גדול בתורה אויב וועט ער נישט שטימען פאר דעם געזעץ. ר' אברהם איז געווען פארהייראט צו א יתומה וועלכע איז אויפגעצויגן געווארן אין שטוב פון טשעבינער רב זצ"ל, און טשעבינער רב האט פאררעכנט ר' אברהם וואו אן איידעם.

ר' אברהם האט אויך געהאט א רשיון (א פערמיט) צו פראקטיצירן געזעץ אין מדינת ישראל. די סיבה דערפאר איז געווען ווייל זיין טאטע האט אים נישט געוואלט לאזן גיין לערנען אין ישיבה, און דער חזו"א האט דוקא יא געוואלט ער זאל גיין אין ישיבה. די פשרה איז געווען אז ר' אברהם וועט קענען גיין אין ישיבה נאכן גראדואירן פון קאלעדזש. ר' אברהם איז אין איין יאר דורכגעגאנגען א קורס אין געזעץ וואס נעמט געווענליך פיר יאר און נאכן גראדואירן איז ער געגאנגען לערנען אין ישיבה. ר' אברהם פלעגט ניצן זיין רשיון צו ארויסהעלפן פארשידענע ארגעניזאציעס וועלכע האבן זיך געטראפן אין לעגאלע פראבלעמען.

ווער עס האט אים געקענט האט געוואוסט צו זאגן אז מ'רעדט פון אן עילוי עצום. ער איז מסתמא נישט געגאנגען קיין ד' אמות אן תורה, און האט מדקדק געווען אויף יעדעם אות ותג אין שו"ע כאילו מ'רעדט פון אן איסור כרת. כל התורה כולו איז געווען ביי אים מונחת בקופסא כפשוטו, און אפילו קבלה האט ער זיך אויף די עלטער געלערנט פון ידידו הג"ר נפתלי נוסבוים.

אין די לעצטע צייט האט ער זיך שטארק געפלאגט מיט יענעם מחלה, און אפאר חדשים צוריק האבן די דאקטוירים אין א"י אויפגעגעבן איוף אים. ער האט נאך פרובירט נעמען ספעציעלע טריעטמענטס אין פראנקפורט, אבער נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון אלוקים און ר' אברהם איז היינט נפטר געווארן.

פון זיינע חידושים איז דא א ספר "בני ראם" (ראם איז ר"ת "ר' אליהו משה", לזכר נשמת אביו), און נאך פארשידענע קונטרסים. ער האט איבערגעלאזט הונדערטע אויב נישט טויזנטע תלמידים.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר