בלאט 1 פון 1

תורה רעקוועסט, כ'וויל א חומש רש"י אשכול ביטע

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:06 pm
דורך זר זהב
איך זוך ארום אינעם גאנצן שטיבל וואו מ'קען שרייבן א רעקוועסט אויף וואס מ'וואלט ווען געוואלט זעהן באשריבן, נישט געטראפן. אזוי ווי ס'דא א דף היומי אשכול וויל איך ס'זאל זיין א חומש/חק אשכול וואו ידענים וועלן שרייבן שיינע פשטים אויף די פרשה פון די וואך, אדער קען מען עס איינשטעלן ס'זאל גיין לויט'ן סדר פונעם חק (דאן וועט דארנשטאג זיין אן איבערפליס...) אדער בעסער סתם אויף די פרשה.
ס'קומען שיינע סדרות אבער אויך שווערע, ס'וואלט געווען א גוטע זאך. -- אבער ס'טאר נישט אריינגיין אין חקירות איבער אמונה אד"ג! בלויז ווי ערליכע אידן לערנען חומש רש"י, יעדער זאגט וואס ער האט געזען דער אין כלי יקר דער אין רבינו בחיי דער פון חזקוני יענער פון מהר"ם ט"ב אא"וו. אלעס איז פעיר געים.

ס'וועט העלפן אידן לערנען חו"ר. כאב געעפענט אן אשכול פרשת תצא וועגן בן סורר ומורה פאר א וויץ, למעשה איז 'גאלד' געקומען און געשריבן א שיינע שטיקל פונעם כלי יקר, איך האב עס נאכגעקוקט און הנאה געהאט.

די ספרים אויף די פרשיות זענען פיהל מיט חיזוק און אמונה.

זאל איינער עפענען דעם חומש אשכול, און די אשכול פארמעקן (אדער נישט)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:58 pm
דורך נולד מאוחר
וואס עפעס חומש רש''י. וואס איז שלעכט חומש רשב''ם אדער חומש אבן עזרא. אדער גאר חומש סתם?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:02 am
דורך זר זהב
אזוי איז דער לשון בני אדם. פון מיין זייט רוף עס חומש לקט בהיר

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:04 am
דורך ונבנתה העיר
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס עפעס חומש רש''י. וואס איז שלעכט חומש רשב''ם אדער חומש אבן עזרא. אדער גאר חומש סתם?

אזוי שטייט אין שו"ע, און דער מג"א איז מסביר ווייל עס איז געבויעט אויף די גמרא.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:21 am
דורך נולד מאוחר
ונבנתה העיר האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס עפעס חומש רש''י. וואס איז שלעכט חומש רשב''ם אדער חומש אבן עזרא. אדער גאר חומש סתם?

אזוי שטייט אין שו"ע, און דער מג"א איז מסביר ווייל עס איז געבויעט אויף די גמרא.

פאר מלערנט גמ' דארף מען וויסען וואס שטייט אין פסוק.
פאר עפעס א סיבה שטטייט נישט גמ' אין מקרא.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:35 am
דורך ונבנתה העיר
ר' יוסף קארו דינגט זיך.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:54 am
דורך לאדיך אפ
די בעסטע עצה איז אז דו אליינס זא וועסט אנהייבן יט א גוט ווארט אויף די פרשה. אונז וועלן שוין פאללאוען.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:58 am
דורך זר זהב
אקעי, כעל מארגן אריינקוקן.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:43 am
דורך נולד מאוחר
ונבנתה העיר האט געשריבן:ר' יוסף קארו דינגט זיך.

די פשטנים ראשונים דינגען זיך אויף ר' יוסף קארו. און לויט די רשב,,ם אין וישב איז דא א צד אז רשי אליין וואלט געהאלטען אנערש ווי ר יוסף קארו.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:47 am
דורך נולד מאוחר
לאדיך אפ האט געשריבן:די בעסטע עצה איז אז דו אליינס זא וועסט אנהייבן יט א גוט ווארט אויף די פרשה. אונז וועלן שוין פאללאוען.

צי זאגן א גוט ווארט אויף די פרשה נעמט און א געוויסע זין אוועק פין די ערענטסקייט פינעם טעקסט. סווערט אזא ווערטעל ביכל ח"ו. סמאכט שוואכ וואס שטייט באמת.
אסאך עדאלטס מיינען הקה את שיניו מיינט האק עם אויס די צאן.