אלבום סעריעס
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
אלבום סעריעס
קעמפ שלוה פון משה גאלדמן - מיאמי בויס פון ירחמיאל ביגאן - רגש פון שמואל בראזיל מיט אביש בראד - מתיקות פון לחיים - בעלז מיט ירמי' דמן - עתיקא קדישא - לחיים גראמען מיט ירמי' דמן - בעלז מיט יוסף צבי ברייער - אברהם פריד'ס פערזענליכע סעריע - אידישע אוצרות ניגוני יו"ט ערליך פון אברהם פריד - ניגוני חב"ד מניט אברהם פריד - מרדכי בן דוד - מכאל שטרייכער - פילהרמונה - מונה # - וכו' וכו'
וואס האט איר צו זאגן אויף די אלע, און אנדערע, סעריעס?
וואס האט איר צו זאגן אויף די אלע, און אנדערע, סעריעס?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
נו רבותי, וועקט אייך אויף!
וואס זאגט איר צ.ב.ש. אויף די סעריע פון קעמפ שלוה? וואס זאגט איר צו זיינע ניגונים, צו די מוזיק וואס ער ניצט, די זינגערס וואס ער ניצט, די קינדער קווייער און סאולאוס, די ערוואקסענע קווייער פון זיין זון חיים יצחק וכו'? און בכלל וואס זאגט איר אויף דעם וואס ער פלעגט ארויס געבן יעדעס יאר א טעיפ?

- ידיד השטיבל
- הודעות: 181
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
קודם קען מען אויך צולייגן 'דביקות' 'דעסטעני' 'די ראביי'ס סאן' 'פרחי' און אלע אנדערע אמאליגע סעריעס, (איז נישט דביקות מיט דעסטעני איינס?), אויב איינער האט מער באקאנטשאפט אין די אמאליגע סעריעס זאל ער זיך ביטע ווארעם אנרופן, ווער געדענקט דענישט ביי 'העסק' דאכטזיכמיר 18, ווי די חברה האבן זיך אזוי שיין צוזינגען.
יעצט לגבי באבוב, איך בין אויפגעוואקסן מיט די ערשטע באבובע אלבוים'ס ווי די בייגעלס האבן נאך געזונגען, שפעטער האבעך שוין נישט אזוי מיטגעהאלטן, ס'האט מיר עפעס שוין נישט אזוי געהאט דעם אייגענארטיקייט פון די ערשטע אלבוימס וואס כאטש די ניגונים האבן היבש געענדלט איז דאך יעדע ניגון געווען א חידוש פארזיך, מ'דערמאנט זיך פון 'אני מאמין' אוי 'לב טהור' 'אלוקי נשמה' וכו., צו דעם אלעם האבן יענע אלבוימס געהאט א היבשע 'מסודרקייט', איך גיי זייער שטארק פאר מסודר, אויב א אלבוים איז נישט אינגאנצן מסודר, מעג עס האבן די שענסטע ניגונים, סי שוין נישט די זעלבע וואליו, נאך א זאך מיט וואס יענע אלבוימס האבן זיך אויסגעצייכנט, נעמליך, ס'האט אריינגעברענגט עפעס א זיסע שטימונג, חוץ די שיינקייט האטעס אריינגעגבן אזא מין "שטימונג" mode, איינע פון די שפעטעריגע וואס כ'בין יא זייער שטארק איבערגענומען געווארן איז די ניגון ' א נשמה לויטער און ריין' יענץ איז מיר עפעס אריין אין די מארעך.
ס'זעלבע אבער אביסל אויף א קלענערעם פארנעם איז ירחמיאל און די מיאמי קווייער, הגם ס'איז נאך היינט זייער שיין, אבער סיז נישט ווי אמאל, ס'האט אויך אריינגעברענגט אין אזא mode, איך מוז מודה זיין אז ווען כאב די ערשטע מאל געהערט מיאמי, חסד יסובבנו, מהרה האשעם אלויקעינא, האטאס מיר היבש פרדרייט דעם קאפ, ס'איז געווען די סארט 'מאדערנע' מעלאדיעס צו וואס כ'בינישט געווען געוואוינט, ביי מיר א ניגון גייט אריין אין די בלוט, שוין מ'האט זיך צוגעוואוינט.
צוריק צו 'קעמפ שלוה' כאב גראדע חשק זיך צו עררייכן די עם-פי-3 פון דעם.
לאמעך אויך דערמאנען אז אמאל איז געווען א סעריע פון 'דזיקוב' ניגונים, זייער שיין.
כאב לעצטענס זיך איינגעהאנדלט פון 'לחיים' די אמאליגע פלעי'ס, וואסיך גלייך זייער, חצקאל, כ'גיב דיר שוין

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קווארטין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
קווארטין, אז דו האסט ליב די ערשטע טעיפ'ס פון קעמפ שלוה און פון פרחי מיאמי, מעגליך אז די גלייכסט דער ניו יארקער (גלייכגילטיגער) רידעם וואס האט געשפילט ביי די ערשטע טעיפ'ס פון די ביידע סעריעס?! (דער אמאליגער ניו יארקער רידעם איז מעגליך מער צוגעפאסט פאר אמעריקאנער פרחי סטייל'ס)
בנוגע דעם ניגון "א נשמה לויטער און ריין", דאס איז פון מיינע גאר באליבטע ניגונים וואס איך קען איבער הערן נאכאמאל און נאכאמאל, איך האב ליב וויאזוי די ווערטער שילדערן די מעשה מיטן ניגון וואס איז געוואלדיג צוגעפאסט דערצו, די מוזיק און דער קווייער (קינדער און עדאלט), די סאליסטן, און ספעציעל ר' משה'ס זינגען דארט, אלעס גיט געוואלדיג צו צו דעם ניגון וואס צוזאמען איז עס א מייסטערהאפטע שלימות'דיגער ארט מיט א ווארימע שטראם און לעבעדיגע קאלירן
בנוגע דעם ניגון "א נשמה לויטער און ריין", דאס איז פון מיינע גאר באליבטע ניגונים וואס איך קען איבער הערן נאכאמאל און נאכאמאל, איך האב ליב וויאזוי די ווערטער שילדערן די מעשה מיטן ניגון וואס איז געוואלדיג צוגעפאסט דערצו, די מוזיק און דער קווייער (קינדער און עדאלט), די סאליסטן, און ספעציעל ר' משה'ס זינגען דארט, אלעס גיט געוואלדיג צו צו דעם ניגון וואס צוזאמען איז עס א מייסטערהאפטע שלימות'דיגער ארט מיט א ווארימע שטראם און לעבעדיגע קאלירן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 181
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
חאצקל האט געשריבן:קווארטין, אז דו האסט ליב די ערשטע טעיפ'ס פון קעמפ שלוה און פון פרחי מיאמי, מעגליך אז די גלייכסט דער ניו יארקער (גלייכגילטיגער) רידעם וואס האט געשפילט ביי די ערשטע טעיפ'ס פון די ביידע סעריעס?! (דער אמאליגער ניו יארקער רידעם איז מעגליך מער צוגעפאסט פאר אמעריקאנער פרחי סטייל'ס)
יא, סיז אמת, אבער צילוב אביסל א דיפערענט טעם, כעלעס פרובירן אביסל בעסער ארויסברענגן, די סיבה פארוואס כאב ליב די אמאליגע איז, ווייל די ניגונים וואס ווערן געזונגען אויף די אמאליגע זענען עפעס טיפערע ניגונים, וואס קען מאכן א מענטשן פרייליך אדער טרויעריג, היינט צוטאגס קען נאך אריינפאלן אזאלעכע סארט ניגונים, למשל כאב טאקען פריערט געהערט 'השיבנו אבינו לתורתך' פון שוועקי, דאסיז א ניגון וואס קאן מיך נאך אנצינדן, ס'זעלבע, ליפא קען אויך די מלאכה, 'אל תתהלל ביום מחר', און אפי' מיט לעבעדיגע רידם'ס א שטייגער ווי 'שלא עשני גוי' אדער 'מזמור שיר חנוכת הבית' פון ליפא, מאמינים פון מרדכי, 'מעט אור' פון אברהם'ס keep climbing, דעיס און נאך אנדערע זענען א ביישפיל פון א היינטיגן ניגון וואס ברענגט אריין א געוויסע שטימונג אין א מענטש, unfortunately ביי רוב פון אלע אנדערע היינטיגע ניגונים קאן מען דאס נישט זאגן, זייער א סך ניגונים זענען היינט דאמירן בעלמא.
אמאל אבער איז א ניגון געווען א ניגון, ס'קען זיין ווייל אמאל איז די וועלט געווען שטייטער-תמימותדיגער-און רואיגער, גיבט א קוק אזא ניגון ווי 'כאיל תערוג', סיז לאו דוקא א ניגון וואס רייסט הימלען ( א שטייגער ווי 'פנה לעלבון) אבער, ס'טייטשט דאך עפעס אזוי אפ דעם 'צמאה נפשי', צירוק צו מיין טעאריע, דעס קען זיין איז די סיבה פארוואס די אמאליגע ניגונים איז שענער, ווייל ווי באקאנט איז נגינה אן אפשפיגלונג פון א תקופה.
דא שטעלט זיך נאך א שאלה, פארוואס אידא טעיפס מיט שיינע ניגונים, און דאס זעלבע פארקערט?, לויט ווי ס'קוקט מיר אויס ווענדט זיכעס אינעם זינגערס טעיסט, גיבט א קוק אויף מיכאל שניצלער, פון ווען ער האט אנגעהויבן ארויסצוגעבן טעיפס, רובו ככולו פון זיינע ניגונים זענען שיין, כ'דערמאן מיך פון 'לחן ולחסד' אדער 'ותיק יהמו' 'חננו השם' וכו. קאמפאוזד ביי פינקי, ווער רעדט נאך פון זיינע אידישע אלבוימס.
אלנספאל, א ניגון דארף עפעס ארויסברענגן, כ'קען ברענגן דגמאות אויף פארקערט, אבער כ'פרובירזיך צו האלטן צו מיין פאליסי, נישט צו שרייבן נעגאטיוו, בפרט קעגן זינגערס.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
קווארטין האט געשריבן: איז נישט דביקות מיט דעסטעני איינס?
זיי זענען צוויי באזונדערע סעריעס, דביקות פון לייבל שארפמאן, און דעסטעני ביי אלי נתן
דעסטעני האב איך קיינמאל נישט געהערט, איך האב עס נאר געזען ביי די וועבסייט פון מאוסטלי מיוזיק, איך זעה דארט אז אויף איין טעיפ מאכט שוקי בערי די מיוזיק.
"דביקות" (...) דערמאנט מיר פון א געוויסע סטייל (נישט צו מיין געשמאק) אפשר בידלס. דארט איז דא דער באקאנטער המלאך הגואל פון אבי רוטנבערג אויף וואס אבי מאכט אליין די מיוזיק (איך ווייס נישט צו דארט איז דער מקור פונעם ניגון אדער איז עס שוין פריער נתפרסם געווארן), די קארדס דארט אויף המלאך זענען אזוי אנדערש ווי די קארדס וואס מונה מאכט אויף דערויף ביי לחיים ברודער. דער ניגון מיט אבי'ס קארדס האט אן אנדערן באדייט ווי דער ניגון מיט מונה'ס קארדס , אבער אזוי ווי אבי אליין מאכט די מוזיק פארשטיי איך אז דאס איז געווען די ארגינעהלע מכוון פונעם ניגון. הגם איך האב מער ליב מונה'ס קארד'ס און איך גלייב אז אנדערע אויך, ווייל אנדערש וואו ביי זייער א סך ניגונים וואו מונה מאכט איפכא מסתברא'דיגע קארד'ס וואס דינט נישט דירעקט דעם ציל פונעם ניגון און איז נישט לייכט תופס צו זיין, איז עס דא זייער אטענטיש און צוגעפאסט צום ניגון ממש ווי געגאסן.(קען זיין אז מונה' האט גענומען די קארדס פון ישראל לאם ואוס האט עס מעגליך געשפילט ערגעץ פאר דעם???).
דארט איז אויך דא דער ניגון המבדיל פון מונה רוזנבלום וואס ערשיינט אויף מונה 3, איך ווייס נישט וואו ס'איז ערשינען פריער, (דאס מאכט מיר טראכטן אז מעגליך זענען אלע ניגונים דארט אדער א טייל נישט דער מקור ראשון)
ביי איינע פון די דביקות טעיפ'ס מאכט די ארעינדזשמעטנסצ דער מעסטער לייב יעקב ריגלער, וואס דארט איז די איינציגסטע טעיפ וואס איך ווייס דערווייל אז ער זאל מאכן א גאנצער טעיפ. אויך האט ער דארט ביי טעיפ מוזיק מיט ירון גרשובסקי מיט סטרינגס, עס איז הערליך (עס דערמאנט מיר טיילווייז די ארעינדזשמענטס אויך די אידישע אוצרות פון אברהם פריד ווי ירון מאכט אויך די מוזיק.
און אז מ'רעדט שוין פון דביקות, לאמיר דערמאנען די שלשלת סעריע מיט די מוזיק פון ישראל לאם, אויך עפעס אן אמעריקן סטייל, נישט צו מיין טעם (אפשר פאר די נשים).
פרחי צליל וזמר, א אמעריקאנער פרחי (איך ווייס נישט מער) מיט די אנפירערשאפט פון אברהם רוזנברג, אין איינע פון די טעיפ'ס דארט ערשיינט דער ניגון על חומותיך ירושלים הפקדתי שומרים וואס מבד זינגט אויף א קאנצערט מיט יוצאי פון א געוויסער פרחי (מעגליך טאקע יוצאי צליל וזמר). מוזיק ניצן זיי דורך אויס די טעיפ'ס פון ישראל לאם, משה לויפער, און מונה רוזנבלום און אנדערע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום חאצקל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
צליל וזמר בויס קווייערס איז איינע פון מיינע פעיוואריטס. בעיקר די ערשטע 5. די לעצטע 3 (דוכט זיך) איז שוין נישט געווען עפעס אזוי איי-איי-איי.
הערליך הערליך. די ניגונים, די קווייערס. די מוזיק איז נישט עפעס מורא'דיג אויף אלע ניגונים, אבער פאר אסאך איז עס משוגע צו ווערן.
איך ווייס נישט ווער האט געמאכט וואס. למשל "כאיל תערוג" אויפן צווייטן איז עפעס מורא'דיג!

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
קווארטין האט געשריבן: לאמעך אויך דערמאנען אז אמאל איז געווען א סעריע פון 'דזיקוב' ניגונים, זייער שיין.
דאס איז נישט געווען סתם "א" סעריע, נאר "די" סעריע ב ה' הידועה, איך ווייס נישט וויפיל אלבום'ס עס קענען זיך פארגלייכן צו די ערשטע צוויי טעיפ'ס פון דזיקוב, די מוזיק דארט ספעציעל ביי די צווייטע איז עפעס נישט סתם, עס ווארפט צוזאם אלע סעזאנען פון יאר מיט אלע קאלירן אירע...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 181
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
חאצקל האט געשריבן:כ'מיין אז איך פארשטיי וואס די זאגסט, די אמאליגע ניגונים זענען געווען גראד, ארגינעל, אטענטיש צום טעם, און די מוזיק האט זיי געדינט בנאמנות אן קיין איבריגע שטיק, דעריבער איז אלעס געווען מער אין פלאץ, מה שאין כן היינט.
האב איך דיר פארשטאנען?
אקוראט, לאמערעס אנרופען צוויי זאכן, שתים שהן אחד, 'אויטענטישקייט' זוי ווי די ברענגסטאס שטארק ארויס, און אויך רואיקייט, היינט איז אביסל (אביסל מער ווי אביסל) א ווילדע, און א היפשע 'אראפישל' (ווייניג אויטענטיש) וועלט.
וועגן דעם האב איך אנגעכאפט 'מיכאל' אלץ אן עקזאמפל, בעיקר מיין איך זיינע ערשטע צוויי אידישע אלבוימס, יעדע מעשה שטימט עפעס אזוי מיט די ניגון 'אויטענטיש' ווי די ברענגסטאס אזוי גוט ארויס, נישט אומזיסט האטער געקאנט מאכן אזא שיינע מאווי פון די ניגונים.
זוי שרייבענדיק האבעך מיך דערמאנט פון די אלבוים קאללד 'המשוררים', דאכטזיך מיר אז ס'פיט אין די קרייטעריע, מהאי טעמא גלייכיך ר' מענדי ווערדיגער, זיין לעצטע אלבוים, אפי' סיז געמאכט געווארן 2011-2012, האטעס אבער א שמעק, בעסער געזאגט א 'חן' פון אמאל.
קיצור: רואיג און אויטענטיש, לאז דעם ניגון אריינדרינגן אין מוח.
לאמיך שוין אין איינוועגס דיר דערמאנען פון וועלעכע "האסק" כ'רעד, דארט זינגט מתתיהו אויך, אה 'טשאפ הים דאון' (כ'גיי נאטס פאר אים), די גרופע זינגערס פון וואס איך רעד ביישטייט פון ברוך טשייט אדער חייט, רובי שוועבל, ישראל וויליגער, און נאך צוויי, עפעס אן עלטערער מיט א קעפ, בקיצור כ'דענק נישט פונקטליך, השעם אוז לעאמאו יתן, אוי זינגען זיי שיין.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
אז מ'רעדט שוין פון מכאל שניצלער, לאמיר זיל נעמען צו זיין אידישע סעריע.
מכאל איז געגאנגען אייגנארטיג, ער האט געצילט צום היימישן אידיש רעדנדע עולם און ער האט מער ווי מצליח געווען, עס איז ממש געווען א געלונגענע דורך ברוך אינעם עולם המוזיק ביי חרדים.
ביז צו דעם ערשטן טעיפ האב איך נישט געהאלטן פון אים, אבער זייט זיין טעיפ באטראכט איך אים מיט אן אנדער בליק, ער האט אנגעהויבן מיט א גענצליך נייע איידיע און מיט גענצליך נייע פאכלייט, נייע קאמפאוזערס,נייע דיכטערס פאר די גראמען, א נייע ארעינדזשער נישט פון ניו יארק און נישט פון ארץ ישראל נאר פון לאנדאן א שפילער וואס האט זיך ארויס געשטעלט צו זיין א "פצצה" פון א ארעינדזשער ספיציעל פאר דעם טעיפ.
דער טעפ צוזאמען מיטן ביך איז ממש ווי א געלונגענער פארשטעלונג פון דער שטעטלישער אמאל, און טראץ עס איז געזינגען מיט זייע ניגונים, ברענגט עס אראפ דעם אמאליגן קולטור, עס טראגט די גערוך פון די שטעטלעך אין מזרח אייראפע. מ'זעט דעם בעל עגלה מיט די פערד, מ'שפירט זיך אינעם האלצענעם קרעטשמע, די דראמא ביי ר' יענקעלע פיש' פאלאץ, מ'ווערט מיטגעכאפט מיטן אמאליגען מזרח אייראפעיאשער אויבער גלויבן אין גייסטער בעת עס ווערט גוט אראפ געמאלן די מעשה מיט שמעלקע מיטן שטיבל'ס בעל עגלה וכו'
אויסער דאס זינגען און געוואגטקייט פון מכאל'ס, די ניגונים גראמען און איידיעס פון פינקי וועבער און ליפא שמעלצער ועוד, נעמט א גרויסן טייל אין דעם אייגנארטיגער ארט, דער ארעינדזשער הערשי גינסבערג. דער פויק וויאזוי עס ווערט געניצט, (דער סאונד איז אויך געוואלדיג צוגעפאסט פאר דעם אויטענטישן טעיפ), דער פידל מיטן פארמאכטן קול אזוי קרעטשמעדיג (קוקט אויס ווי ער ניצט דארט דעם דריטן אדער פערטן פעזישן אויף די צוויי מיטלסטע סטרינעס, און מעגליך אויך אדערן סטרינעס וואס מאכט מער א וויינעדיגן קול), די קלארינעטן, און בכלל דדי פלעקסעבילעטי מיטן ארעינדזשן. אויך די אינסטרומענטאלער איבערשפיל גיט געוואלדיג צו, עס מאכט שפירן ווי אינעהם האלצענע סטודיאו אדער גאר אינעם צימער בעק פונעם פלאטפארמע (עד כאן כח הדמיון שלי).
וואס נאך קענט איר צו לייגן איבער דעם טעיפ אדער אויף די אנדערע טעיפ'ס אין די סעריע.

מיר האבן געווארט אז דו זאלסט עס דערמאנען...
אלזא, די פיטבורגער טעיפ'ס: די ניגונים אזוי סימפל רילעקס און ב'טעם'ט, די מוזיק אזוי אפליפטונג און פיל מיט פרישקייט און ווי אויך קלאס עפ"י רוב דורך מונה רוזנבלום. פון די באקאנטע ניגונים דארט זענען וידע כל פעיל, צמאה נפשי לאלוקים (דער באקאנטע), הנה מה טוב, למקדשך טוב, יפרח בימיו, אילן אילן, כו וכו'
סערעט וויזניץ דורך ר' חיים באנעט איז אויך א גאר שיינע סעריע מיט מוזיק עפ"י רוב דורך רובי באנעט און אויך דורך מונה און משה לאופר און לעצטנס אויך יובל סטופל. עס געפונען זיך דארט די היטס: מכנסי רחמים, אבינו אב הרחמן, אדון השלום (בערי וועבער זינגט עס ביי קומזינג פון המנגנים), יהא רעוא, ישמחו במלכותך, אמת כי אתה הוא דיין, נחמו נחמו עמי, וכו' וכו'