בלאט 1 פון 1

בריווען

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 10:09 pm
דורך גוטזאגער
אין יעדע צייטונג איז פארהאן א רובריק ווי עס ווערט באהאנדעלט און אויס געליפטערט די מיינונגען פין די ליינערס דאס וואס זיי ווילען מודיע זיין פארן עולם סאיז כדאי עס צו איינפירען דא און עס איז לטובה סיי פאר די באניצערס ווייל נישט אלעסוואס מען וויל שרייבען איז גענוג צו מאכען א טעמע און סאיז אויך גוט פאר ווער עס האט ליב צו ליינען אביסעל פון איין ענין דערנאך פון א צווייטע נושא און אויב די תגובות אויף א בריוו איז לעבעדיג קעו מען מאכען פאר א עקסטערע אשכול
איך וועל אנפאנגען מיט אבריוו

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 10:11 pm
דורך שמואל הלוי
גוטזאגער האט געשריבן:איך וועל אנפאנגען מיט אבריוו

נו ווי איז עס?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 10:12 pm
דורך זר זהב
ער זוכט א סטעמפ

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 10:18 pm
דורך גוטזאגער
מיין חבר זאגט מיר אזערנגעדענקט אין זיינע יונגע יארען פלעגט מעןארימגיין מיט עטליכע קינדער אין גרופעס פון איין סוכה צום צווייטען אין מען פלעגט באקומען נאש און יעדער איינער האט געזאגט מבינות וועמענס סוכה עס איז שענער וכדומה

איך מיין אז עס וואלט געווען א שיינע זאך ווען מען פירט עס ווען איין אפיציעל דאכט זיך מיר אז ביי די מער מאדערנע איז דא אזא מנהג כעין זה

איל וויל צולייגען אז אין קראון הייטס ביי חבד גייט מען נישט נאר באזוכען אין יענעמס סוכה נאר מען קען אפילו אריינגיין אין איינעמס סוכה און זיך לייגען שלאפען אפי אן רשות

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 10:21 pm
דורך גוטזאגער
אין די צייטונגען איז עס מער אפיציעל ד.ה. מען פאנגט אן מיט א בגריסונג און מען ענדיגט מיט א ברכה אין מיט אנישעלס אויב עס איז וויכטיג קען מען עס צולייגען

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 10:25 pm
דורך גוטזאגער
זר זהב האט געשריבן:ער זוכט א סטעמפ

איך ווייס נישט וואס די עולם וויל איך האב אריינגעלייגט די וואך צענדליגע קאנווערטן אן סטעמפס און די פאסט קעסטעל אין קיין איינער האט מיך נישט געכאפט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 10:53 pm
דורך [NAMELESS]
לכבוד די חושב'ע רעדאקציע

יעצט אז אונז הערן אזויפיל צרות ביי אידישע קינדער דארפען מיר אריינטראכטען על מה עשה ה' ככה. אלץ די שופר של יהדות החרדית שפור איך אז דא דארף איך מעורר זיין א זייער וויכטיגע ענין. איך וויל מעורר זיין אז לעצטענס האב איך געזעהן אז פרויען גייען מיט טורבאנ'ס וואס די קנייטשען זענען דינער ווי ביי די טורבאנ'ס וואס אונזערע עלטערן זענען געגאנגען. דאס איז גורם אז די טורבאנ'ס ווערט מער צוגעפאסט ארום די קאפ פון די אשה, און עס זעט זיך ארויס די צורה ר"ל.

אונז דארפן מעורר זיין אונזערע ווייבער זיך נישט אוועק צו רירן פון די בגדים פון אונזערע באבע'ס און זיידע'ס, אזוי ווי באקאנט אז די רשב"א שרייבט אז אלעס וואס נשים צדקניות טוהן איז אזוי ווי הלכה למשה מסיני, ובפרט די ענין פון לבוש וואס וועגען דעם זענען מיר דאך אויסגעלייזט געווארן פון מצרים.

אייער געטרייע ליינער

ר.ה., וויליאמסבורג

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 10:59 pm
דורך שמואל הלוי
ר.ה. מיינט ראש הקהל?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:00 pm
דורך [NAMELESS]
יא

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:22 am
דורך דולה ומשקה
גוטזאגער האט געשריבן:איך וויל צולייגען אז אין קראון הייטס ביי חבד גייט מען נישט נאר באזוכען אין יענעמס סוכה נאר מען קען אפילו אריינגיין אין איינעמס סוכה און זיך לייגען שלאפען אפי אן רשות


אין חב"ד שלאפט מען נישט אין סוכה.
אבער דאס יא, דאס נוצען יענעמס סוכה פון שכינים אדער באקאנטע... האט שוין געברענגט וואס אונז וואלטן שוין גערופען מכשולות, וד"ל. אבער דארט אין קראון הייטס איז דאס גאנץ נורמאל...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:23 am
דורך ונבנתה העיר
גוטזאגער האט געשריבן:איל וויל צולייגען אז אין קראון הייטס ביי חבד גייט מען נישט נאר באזוכען אין יענעמס סוכה נאר מען קען אפילו אריינגיין אין איינעמס סוכה און זיך לייגען שלאפען אפי אן רשות

שלאפן אין סוכה?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:52 am
דורך איך אויך
שמואל הלוי האט געשריבן:ר.ה. מיינט ראש הקהל?

פשיהא אזעלכע גאונים דרייען זיך דא ואנוכי לא ידעתי.