בלאט 1 פון 1

האדמו"ר ר' ישראל האגער מוויזניץ גייט אסר'ן די בחירות?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 3:00 am
דורך איך זאג דיר
ווער ס'האט געמיינט אז די הפתעות מיט ר' ישראלטשע האט זיך שוין געענדיגט האט געלעבט אין א טעות, היינט האב איך געהערט אז ער האט געהייסען זיינע מוסדות אויפהערן נעמען געלט פון די רעגירונג, ממילא בלייבט איבער זיך צו וואונדערן צו ער וועט אויך הייסען אז מ'טאר נישט גיין צו די בחירות, עולם הפוך ראיתי, סאטמאר זיצט אין בג"ץ שוין באלד 10 יאר און וויזניץ אסר'ט די בחירות, אויב אזוי האט דאך דער ברך משה גארנישט אזוי שלעכט געהאנדעלט מיט דעם שידוך מיט וויזניץ, נו אויב אזוי קאן זיך שוין בני יואל פארמאכן און הכל על מקומו יבא בשלום, די גאנצע סומאטאכע מיט ר' אהרן איז ווייל זיין טאטע האט עם משדך געווען מיט וויזניץ ממילא טאר ער דאך נישט זיין קיין רב אין קרית יואל לויט די בני יואל אידן, און די גאנצע פייערדיגע מלחמה מיט אזויפיל אידיש בלוט וואס דאס האט שוין געקאסט איז דאך נאר ווייל זיין פעטער דער סאטמארער רבי איז געווען ברוגז וועגן דעם שידוך, עכ"פ לויט די בני יואל אידן, ממילא קאן ר' זלמן לייב שוין איבערגעבן פאר זיין ברודער דעם כסא אדמורות והרבנות און ס'וועט זיין א בעסערער וועלט און ווייניגער חילול ה' אויף דער וועלט, איי דער בלאט וועט זיך פארמאכן און מ'וועט נישט קאנען ליינען די אלע אינטרעסאנטע אפהאנדלונגען מיט ארטיקלען נאו פראבלעם די אלע שרייבערס וועלן אריבער גיין צום "דער איד,