בלאט 1 פון 1
תלמוד בבלי
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 3:03 pm
דורך דולה ומשקה
בהגה"ה צום מגלה עמוקות (אופן רלה) שטייט אזוי: "אמר הצעיר שלמה, סוד תלמו"ד בבל"י שהיא תורה שבעל פה, כי יש בה ל"ו מסכתות, שיש בהם הלכות בסוד הליכות עולם ל"ו (חבקוק ג ו), ותקכ"ד פרקים יש בו' סדרים של תלמוד בבלי כמנין ע"ל קדש"ך. ולדעתי שכיוונו חז"ל למספר תקכ"ד שהוא עולה כמנין תלמו"ד בבל"י.
רב אשי האט דורך געלערנט גאנץ תלמוד בבלי צוויי מאל, ווען ער איז געווארען זעכציג יאר האט ער מסיים געוועהן ש"ס צום צווייטען מאל, אין ער נפטר געווארען (רשב"ם הובא בקובץ שו"ת חת"ז סי' מ"ד).
אין 'שאילת שלום' ווערט געברענגט אז איבערדעם ווערען די גאונים אנגערופען בתואר 'גאון', ווייל דאס איז בגימטריא זעכציג, מיינענדיג צו זאגען אז זיי זענען געוועהן בקי אין אלע זעכציג מסכתות.
Re: תלמוד בבלי
נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2012 11:40 am
דורך דולה ומשקה
פאר יעדע אות פון די כ"ב אותיות התורה איז דא א מסכת אדער צוויי וואס הייבט זך אן מיט יענע אות, אויסער די אותיות ו' ל' צ'. נישט דא קיין שום נאמען פון א מסכת וואס הייבט זיך אן מיט איינע פון די דריי אותיות. דאס וועט אויסקומען אז רבינו הקדוש האט איבער געהיפט יעדער זעקסטע אות, אבגד"ה איז דא א מסכת פאר ו' די זעקסטע איז נישט דא קיין מסכת, נאך דעם קומט זחטי"כ דער ל' די זעקסטע אות האט נישט קיין מסכת, אזוי אויך נאך מנסע"פ האט א מסכת דער צ' האות הששי האט נישט קיין מסכת.
עס זענען דא ס"ג מסכתות
זרעים י"א מסכתות
מועד י"ב מסכתות
נשים ז' מסכתות
נזיקין ו' מסכתות
קדשים י"א מסכתות
טהרות י"ב מסכתות
דער סמ"ג האט געגעבען דערויף א סימן "ולבך יהיה ג"ס בהם".
שטייט אין פסוק "ציון במשפט תפדה ושביה בצדקה", זאגט מען נאך בשמיה דרבי יוסף חיים זאנענפעלד, אז "ציון במשפט תפדה" איז בגימטריא אלף ע"ו כמספר "תלמוד ירושלמי", און "ושביה בצדקה" איז בגימטריא חמש מאות כ"ד אזוי ווי "תלמוד בבלי", דהיינו מ'גייט אויס געלייזט ווערען בזכות לימוד תורה שבע"פ.
דער סמ"ג שרייבט א חידוש פון א זאך אז דער זמן כתיבת התלמוד איז געוועהן נאך דער תקופת הגאונים, נאך אסאך צרות אין די חכמי ישראל זענען געווארען פארשפרייט 'ונתמעטו הלבבות', האט מען אנגעהויבען שרייבען דעם תלמוד אין א ספר, אין די גאונים וואס זענען געוועהן דערביי אז ס'שוין נישט מעגליך צו לערנען ברבים דעם גאנצען תלמוד, האבען זיי געמאכט דערפון קלענערע ספרים, אין דאס זענען די מסכתות וואס אונז האבען. א אריכות הדברים בענין זה בחקרי לב (יו"ד דף ש"ט).
דער של"ה הקדוש (תורה שבע"פ אות ס') שרייבט בנוגע די סימנים וואס געפינט זיך אין די גמרא: "ראיתי הרבה בני אדם כשיש סימן בגמרא אין לומדים הסימן, ואין קוראין אותו, וחלילה לעשות כן, ואני חושב כי סודות גדולים מרומזים בסימנים נוסף על הפשוטו מה שמה שמורה הסימן". ועיין מהרש"א שבת (לד ע"א).
וויסען וויפיל א זייגער לויט די גמרא, אין מדרש איכה (פל"א ל"א) ווערט געברענגט א ווינדערליכע עובדא אז רבי יוחנן בן זכאי איז געוועהן אין געפענגענישט, מ'האט איהם אריין געשפארט בחדר חשוך עד למאד, ער איז דארט געזעצן אין געלערנט, איינמאל האט מען איהם געפרעגט וויפיל אזייגער, ער געענפערט פונקטליך צו דער מינוט, זאגט דער מדרש וויבאלד ער איז געוועהן געוואוינט צו לערענען שטענדיק לויט די צייט זיינע שיעורים, פון דעם האט געוויסט די ריכטיגע צייט.
אגב זאגט מען נאך פון א בעל עגלה בדורות הקודמים ווען מ'האט איהם געפרעגט ווי ווייט איז פון איין פלאץ צום צווייטען, פלעגט ער ענפערן כך וכך מסכתות אדער פרקים.
דער חיד"א ברענגט אויך רבי יוסף שמואל מראנפורט בעל מסורת הש"ס (נפטר בשנת תס"ד): "ושנה משנתו כל הש"ס מ"ב פעמים וחקר וזיקק הש"ס, וקיים ודברת ב"ם, ולמד כ"ה שנים מעומד, ולמד תורה לשמה, והיו דבריו נשמעים בשמים כאחד מהראשונים".