בלאט 1 פון 1
קווייער ארעינדזשערס
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 10:23 pm
דורך חאצקל
זינט די ניינציגער יארן האט קווייער צוביסליך אנגעהויבן צו באקומען די אויפגאבע צו צו דינען אלס א וויכטיגער טייל פון די ארעינדזשמענטס, אנדערש ווי רוב ביז דעמאלסדיגע טעיפ'ס וואו דער קוייער האט בלויז געמיינט זינגען צוזאמען אדער ענטפערן דעם זינגער, אן מאכן זייטיגע שטיקלעך. כאטש ס'האט געקענט זיין זייער זיס און באטעמט איז עס אבער א סך איינפאכער ווי רוב היינטיגע קווייערס.
אנגעהויבן האט זיך עס אין ארץ ישראל אנגעהויבן אויף א ברייטער פארנעם דורך מונה רוזנבלום, בנימין הרטמן, און דודי קאליש, און היינט איז עס א "מאסט" ביי יעדער פראפעשנל טעיפ.
(לעצטנס איז עס בדרך כלל אביסל שוואכער געווארן ווי אין די ערשטע צען יאר ווען ס'איז געווען די תור הזהב פון די קווייער'ס, איך האף אז ס'וועט צוריק בעסער ווערן).
אלזא עס איז צייט זיך צו נעמען איבער די קוויייער ארעינדזשערס און זיי צונעמען אויף קליין געלט:
משי קרויס; שרגא פייוול גאלד; חיים כהן; בנימין הרטמאן, הערשל בריסק, נו ווער נאך???
(אור קענט אויך דערמאנען אמאליגע געלונגענע קווייער ארעינדזשערס).
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 10:52 pm
דורך חאצקל
יא!
נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:23 am
דורך חאצקל
יוסי גרין מאכט אויך קווייער אדער וואוקלס מיט זיין אייגענע שטימע, בעיקר אויף זיינע אייגענע ניגונים, אייסעך וואס...
נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:52 pm
דורך No_name
איך האב געהערט אויף בערל וועבער'ס אלבום קווייער פון יואלי דיקמאן, איך בין ממש ארויס פון די גלייזן, די טייטקייט וואס הערשט דארטן איז אין לשער, אסאך היינטיגע קווייער מאכערס כאפן נישט די זאך פון קווייער, זיי מיינען אז ווי מער מ'שרייט אריין און מ'האקט אלס בעסער.
לדעתי דארף קווייער זיין מורא'דיג טייט (נישט זיך צומישן מיט טייטן זאל ער געטייט ווערן), און איך האב הנאה געהאט פון מר. דיקמאן, וואס זאגט איר?
נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 4:01 pm
דורך קווארטין
No_name האט געשריבן:איך האב געהערט אויף בערל וועבער'ס אלבום קווייער פון יואלי דיקמאן, איך בין ממש ארויס פון די גלייזן, די טייטקייט וואס הערשט דארטן איז אין לשער, אסאך היינטיגע קווייער מאכערס כאפן נישט די זאך פון קווייער, זיי מיינען אז ווי מער מ'שרייט אריין און מ'האקט אלס בעסער.
לדעתי דארף קווייער זיין מורא'דיג טייט (נישט זיך צומישן מיט טייטן זאל ער געטייט ווערן), און איך האב הנאה געהאט פון מר. דיקמאן, וואס זאגט איר?
וואס מיינט איר צוזאגן "טייט", מיינסט אפשר צו זאגן אז די קווייער זאל נישט לייגן צופיל 'ספייסעס' נאר וואס ס'פעלט זיך אויס צו-צילייגן צום ניגון?
נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 6:16 pm
דורך חאצקל
מן הסתם מיינט ער ווי איין שטיק, אזוי ווי די קווייער'ס םון מונה זענען געווען אין די ניינציגער יארן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 6:20 pm
דורך חאצקל
איך האב פארגעסן צו דערמאנען יואל הארוויץ (ביי כי עם קדוש אתה פון יומי לעווי און אויף פילע אנדערע ניגונים אויף פארשידענע אלבום'ס), און ווי אויך זאבי פריד (מי ידמה לך פון בערי וועבער און נאך א סך אנדערע ניגונים)
פון וויפיל איך האב זיי געהערט זענען זיי ביידע זייער גוט און רייך.
נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 6:27 pm
דורך חאצקל
אויך דארף מען דערמאנהען משי רוט דער קאנדאקטער פון המנגנים ארקעסטרא, וועלעכער איז במשך א קורצע תקופה געווען זייער פאפולער אין קוויייערס, אין די תקופה האט אים מבד גענוצט פאר זיין כולם אהובים טעיפ, ליפא שמעלצער האט אים גענוצט פאר טייל ניגונים, שוואקי און א סך אנדערע.
מרדכי ווערדיגער האט אים אויסגעלויבט ביזן הימל פאר זיינע קווייערס וואס ווי ער דרוקט זיך אויס איז ממש "סוף הדרך" די בעסטע וואס ס'איז נאר שייך צו מאכן.
איך האב אבער נישט זוכה געווען צו משיג זיין די גדולות ונצורות פון זיין קווייער.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:56 pm
דורך No_name
טייטקייט מיין איך אז אלע זינגען בפה אחד, מ'הערט נישט קיינעם זיך ארויסשטעקן
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 5:13 pm
דורך חאצקל
אט דאס האב איך טאקע פארשטאנען פון דיר.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 8:33 pm
דורך קווארטין
היצט פארשטייעך שאן פון ואס מ'רעדט, אינטערעסטינג, כאב געמיינט נאר ביי רעבישע מאורעות קענען געוויסע קולות ארויסשרייען, הגם כאב שוין געהערט אויף פראפעסיאנאל טעיפס אויך געוויסע קולות ארויסשטארן האבעך אלץ פארשטאנען אז דאסיז געמאכט אינטענשאנעלי, דהיינו, דער אינדזשאניער האט, צוליב א געוויסע סיבה, אביסל ארויפגעריקט דעם ספעציפישן קווייער מיטגלידער.
אלנספאל מהאי טעמא גלייכיך אזאנע קווייערס ווי 'שלשלת', אדער ווי מרדכי'ס 'קומזיץ', וכדו., סיז געזינגען 'בצוותא חדא'.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 8:45 pm
דורך No_name
ווען ס׳ווערט רעקארדירט א קווייער קען מען נישט - ווי ווייט איך ווייס - ארויפריקן איינעם פון זיי.
און איך האלט אז ס׳קען זיין קווייער וואס זאל זיין ווארים און שיין צוזאמען (בערי וועבער - פארברענג יוכיח)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:21 pm
דורך חאצקל
טאמער ווילט איר פארשטיין פארוואס מונה ווען ער איז אין די כלים איז ער די באגאבסטער קווייער ארעינדזשער צו וועם קיינער אין מיינע אויגן קומט נישט צו צו זיין קנעכל---
---הערט פאר א דוגמא דעם שלום עלכם פון מנדי וורדיגר אין א נייע ווערסיע, אנהויב פון דער שמועס פון מונה אויף רדיו קול ברמה ביי לכבוד שבת קודש די לעצטע שמועס כ"ו תשרי, הערט דארט די קווייער סוף פונעם ניגון (דער ניגון ערשיינט אנהייב פון דעם שמועס)