בלאט 1 פון 3

רבנים וואס זענען נישט מקיים די אינטערנעט תקנות

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 10:46 pm
דורך גוגל-הדור
רבנים וואס פאלגן נישט די אינטערנעט תקנות - פאר זיך אליין פארשטייט זיך.

רבנים זעלבסט וואס פאלגן נישט אויס די תקנות קען אויסזען היבש מאדנע, אבער אויב איז יעקב אבן גערעכט דאן איז דאס א סך מער נפוץ ווי סיי ווער קען זיך רעכטן. מסתבר איז אז דער רב וואס טוט פארלעצן דער תקנה וועט דאס טוהן אויף די מערסטע באהאלטענע אופן מעגליך טאקע ווייל דאס זעט אויס אזוי מאדנע און צוליב די פראבלעמען וואס דאס קען זיי שאפן. אבער מאדנע בלייבט דאס, אויב נישט נאר צוליב די היפאקריטישקייט דערפין, איז דאס נאכמער מאדנע פארוואס טאקע דער רב זאל זיין פארנומען מאכן תקנות אויף פראבלעמען וואס ער גלייבט נישט דערין באמת.

לגבי דעם עצם נישט פאלגן די תקנות, איז שייך עטליכע דרגות. קודם איז דא רבנים וואס האבן קאמפיוטערס. אויף דעם זענען די תירוצים פיל ווי די שטערן אין הימל. דער דארף עס פאר זיינע חידושי תורה און יענער דארף די רבנית תליט"א מסדר זיין די צדקה ליסטעס. דערנאך איז דא רבנים וואס האבן אימעיל אדרעססן. קען זיין ער האט פארשידענע סיבות פארוואס ער מוז דאס האבן, צו ווייל ער איז א וועלט בארימטע בעל מכשיר, צו ווייל זיין גרעסטע תומך תורה וויל מיט עם נאר קאמוניקורן אויף עלעקטראנישע פאסט. אזוי צו אזוי, איז כו"ע מודי אז דאס איז שוין א גרעסערע פארלעצונג ווי א קאמפיוטער אליין. אבער אינטערנעט אקסעס, צו מיט א פילטער צו אן, זעה איך נישט וויאזוי סיי וועלכע חסיד שוטה וועט קענען פארענטעפערן. און ווער רעדט נאך א סמארטפאון צו אן אייפאון? דאס איז שוין לכאורה א פשע בל יכופר!

און ווער וואלט דען געקענט פאנטאזירן אז חתן דנן איז נישט מער און נישט ווייניגער נאר הרב אמנון יצחק אליין?

ס'איז די פארשטענדעניש פון א יעדן בר דעת אז טאמער איז דער פראבלעם מער ווי א מיעוט שאינו מצוי זענען די אימפליקאציעס פון דעם הארבער ווי פסל מיכה וואס איז אריבער דעם ים סוף. ס'איז נישט מעגליך אז די אינטערנעט תקנות זאלן ארויס פון דעם ערשטן קעסטל אויב די המון עם פארשטייט אז די רבנים האקן א טשייניק.

פארשטייט זיך, אויב האט איינער ערשט האנטיגער קראנטע אינפארמאציע אויף אנדערע רבנים, ביטע אריין שטעלן דא אין דעם אשכול.

(ובזה וואלט איך שטארק געבעטן, נישט אריין שטעלן סתם לזות שפתים פאר פאליטישע סיבות, מיין מטרה איז נישט געווען אנצופילן די רייעס פון די צימעס פארום!
יאשערקויעך פאר'ן פארשטיין.)

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 10:53 pm
דורך חד גדיא
גוטע געדאנק

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:06 pm
דורך דבילה
הא... גוגל, דו האסט עובר געווען אויף דעם אזהרה פון די חסידים פון הרב אמנון יצחק'ס וועבזייטל:

"וכל המהרהר אחר רבו כמהרהר אחר השכינה! והחושד בכשרים..."

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:14 pm
דורך villager
ווער האט ג'אסרט און ווען האט מען ג'אסר'ט דעם אייפאון? איז ענדרויד יא מותר?

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:19 pm
דורך לאדיך אפ
געווען א קאפי פון א צעטל דא אין שאיבל אז לויט פסק ר' חיים קנייבסקי קען מען נישט מצרף זיין צי מנין איינער וואס איז מחזיק אייפון

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:30 pm
דורך villager
לאדיך אפ האט געשריבן:געווען א קאפי פון א צעטל דא אין שאיבל אז לויט פסק ר' חיים קנייבסקי קען מען נישט מצרף זיין צי מנין איינער וואס איז מחזיק אייפון

איז ענדרויד יא מותר?
און פ"וו זאל אמנון יצחק דארפן פאלגן א דעת יחיד?

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:33 pm
דורך שמעקעדיג
אייפון מיינט בעיסיקלי אלע סמארטפאונס.
מען דארף זיין א מבין דבר מתוך דבר.
ער האט נאר אנגעכאפט אייפון אלס א משל.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:47 pm
דורך villager
שמעקעדיג האט געשריבן:אייפון מיינט בעיסיקלי אלע סמארטפאונס.
מען דארף זיין א מבין דבר מתוך דבר.
ער האט נאר אנגעכאפט אייפון אלס א משל.

איך פארשטיי אבער ס'פאני אז ער זאגט "אייפאון", כאילו עפל איז דער פראבלעם.
אבער וואס האט אמנון מיט רב קניעווסקי? און אז פאפא רב האט געאסרט טעקסט מעסידזשעס מעג נישט רב אמנון טעקסטן?

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:59 pm
דורך אךשמח
villager האט געשריבן:ווער האט ג'אסרט און ווען האט מען ג'אסר'ט דעם אייפאון? איז ענדרויד יא מותר?

איפון איז אותיות ניאוף, דעריבער איז עס הארבער...

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:05 am
דורך איך אויך
איז וואס איז די דין אויב אין איין האנט האלט מען א קאווה וואס איז אותיות מקווה אין אין די אנדערע האנט א אייפון וואס איז אותיות ניאוף איז מען טהור צו טמא?

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:03 am
דורך דבילה
villager האט געשריבן:
לאדיך אפ האט געשריבן:געווען א קאפי פון א צעטל דא אין שאיבל אז לויט פסק ר' חיים קנייבסקי קען מען נישט מצרף זיין צי מנין איינער וואס איז מחזיק אייפון

איז ענדרויד יא מותר?
און פ"וו זאל אמנון יצחק דארפן פאלגן א דעת יחיד?


לויט ווי כ'פארשטיי איז הרב אמנון יצחק פון די גרויסע פרעדיגערס קעגן אייפאונס וכדו'. קען דאס איינער פעסטשטעלן?

בכלל מיין איך אז א רב וואס האט אינטערנעט און האקט נישט דערויף פאר זיינע נאכפאלגער, דאס איז נישט וואס דער פותח האשכול צילט דא. דא צילט מען דוקא אויף דער היפאקריטן וואס אויף יענעם טרעטן זיי און זיך אליין קענען זיי נישט באהערשן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:09 am
דורך זר זהב
איך וואלט זיי אויך אנגעריפן טפשים. יעדער ווייסט וואס אמנון יצחק'ס ארבעט איז, און דער אינטערנעט העלפט אים צו טאקע ווייל דארט זענען זיינע פאטענצואלע קאסטומערס.

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:21 am
דורך villager
דבילה האט געשריבן:לויט ווי כ'פארשטיי איז הרב אמנון יצחק פון די גרויסע פרעדיגערס קעגן אייפאונס וכדו'. קען דאס איינער פעסטשטעלן?

אמנון יצחק האקט אויף אייפאונ'ס? כמיין אז נישט, ער פרעדיגט פאר שבת און טהרת המשפחה אבער נישט אויף אינטערנעט, אדרבה ער איז פולי אויף די אינטערנעט און נוצט אויס אלע היינטיגע טעכנאלאגיע פאר קירוב הדת.

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:27 am
דורך דבילה
villager האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:לויט ווי כ'פארשטיי איז הרב אמנון יצחק פון די גרויסע פרעדיגערס קעגן אייפאונס וכדו'. קען דאס איינער פעסטשטעלן?

אמנון יצחק האקט אויף אייפאונ'ס? כמיין אז נישט, ער פרעדיגט פאר שבת און טהרת המשפחה אבער נישט אויף אינטערנעט, אדרבה ער איז פולי אויף די אינטערנעט און נוצט אויס אלע היינטיגע טעכנאלאגיע פאר קירוב הדת.


אין דעם ארטיקל אין בח"ח ווערט ער באטיטעלט "מנפץ האייפונים".

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:44 am
דורך villager
דבילה האט געשריבן:אין דעם ארטיקל אין בח"ח ווערט ער באטיטעלט "מנפץ האייפונים".

אוודאי שרייבן זיי אזוי אז נישט איז דאך די גאנצע נייעס נישט אינטערעסאנט...,
איך געדענק נאר ווי ער האט מנפץ געווען טעמבעלעוויזיעס אבער נישט אייפאון'ס וואס איז געאסרא ביי יעדן, אבער אדרבה אלע זיינע דרשות ליגען דאך אויף יוטוב זאלן זיי ברענגען די קליפ ווי ער האקט אדער צוברעכט אייפאון'ס.

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 2:21 am
דורך לעיקוואד
ווער ס'האט עני דעוייס וואס ארבעט אויף ווייפי קען אליין זעהן ווי אין שטוב פון הרבה רבנים גדולים איז דאס דא. למשל אין בנין פון עדה החרדית אין ירושלים.
ובכלל, וואק נאר אדורך אויף סיי וועלכע אידישער בלאק אין סיי וועלכער אידישע שטאט, וועסטו זעהן אז ס'כמעט נישטא א שטוב אן ווייפי.

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 4:31 am
דורך טעפל
villager האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:לויט ווי כ'פארשטיי איז הרב אמנון יצחק פון די גרויסע פרעדיגערס קעגן אייפאונס וכדו'. קען דאס איינער פעסטשטעלן?

אמנון יצחק האקט אויף אייפאונ'ס? כמיין אז נישט, ער פרעדיגט פאר שבת און טהרת המשפחה אבער נישט אויף אינטערנעט, אדרבה ער איז פולי אויף די אינטערנעט און נוצט אויס אלע היינטיגע טעכנאלאגיע פאר קירוב הדת.

און מאכט משוגע יעדעם איינעם קעגן די זינגערס...דאס איז די גרויסע פראבלעם..

הרה״ג ר׳ מלכיאל קוטלער שליט״א ר״י לעיקוואוד משחק ב'אייפעד'..

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 6:42 pm
דורך a1b2
A561znqCQAAeioA.jpg

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:04 pm
דורך נ נח
איך אויך האט געשריבן:איז וואס איז די דין אויב אין איין האנט האלט מען א קאווה וואס איז אותיות מקווה אין אין די אנדערע האנט א אייפון וואס איז אותיות ניאוף איז מען טהור צו טמא?


טובל ושרץ בידו...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:15 pm
דורך פיקציע
הרב עובדי' יוסף מיט א עפעל דעווייס

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:36 pm
דורך פראפעסאר שפירא
שמעקעדיג האט געשריבן:אייפון מיינט בעיסיקלי אלע סמארטפאונס.
מען דארף זיין א מבין דבר מתוך דבר.
ער האט נאר אנגעכאפט אייפון אלס א משל.


לויט ווי כ'האב געהערט מיין איךאז עס איז יא דוקא אייפון, ווייל זיי זאגען אז מען קען עס נישט פילטערען,

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:22 pm
דורך געפילטע פיש
אייפעד איז זיין עבירה? ער האט דאך webcams אין זיין היכל ה'טיש'ן וואו די חסידים אין די גאנצע וועלט קענען מיט האלטן די שמחות אין די בתי מדרשים.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:53 pm
דורך real jew
.