בלאט 1 פון 1

איך זוך ספרי דרוש על התורה

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 11:57 am
דורך shlomyg
ווער קען מיר ארויסהעלפן מיט נעמען פון ספרי דרוש על התורה, א שטייגער ווי חוט המשולש, ראש דוד, מאיר עיני חכמים, אדער אזוי ווי די הערליכע ליקוט "ברכות התורה" וואס ער ברענגט צוזאם דרושים פין מערערע ספרים.

יישר כח

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:02 pm
דורך שמואל הלוי
כסף נבחר

ילקוט האורים

טללי אורות

חנוכת התורה

גן רוה

קול אליהו

מדרש יונתן

בנין דוד

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:57 pm
דורך shlomyg
ישר כח קיפ דעם קאמינג

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:46 pm
דורך יאיר
כמוצא שלל רב איז א הערליכע ארבעט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:00 am
דורך אויס מענטש
משען המים
כרם חמד
דורש טוב ג' חלקים {קלאר וומ"ס}
חמודי צבי עה"ת ה' חלקים
כתבי משה {פריעדמאן}
יציב פתגם {קלויזענבורג}
מהר"א ט"ב {סאטמאר}
הואיל משה {מוטצען}
נאות יעקב ואבני שוהם
קאפי קארנער אין וומ"ס האט אסאך קאפי ספרים וביניהם הערליכע ספרי דרוש מנופת צופים.
דאס וואס ליגט מיר אין זכרון כעת.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:33 am
דורך שמואל הלוי
אויס מענטש האט געשריבן:דורש טוב ג' חלקים {קלאר וומ"ס}

ער זוכט על התורה, נישט סתם דרוש.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:41 am
דורך אויס מענטש
דורש טוב האט אין די בעק א שיינעם מפתח אויף די פרשיות
אזוי אז מען קען דארט טרעפן אויף רוב סדרות
און דער ספר איז מורא'דיג גוט פאר יסודות אין דרוש

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:43 am
דורך שמואל הלוי
אויס מענטש האט געשריבן:נאות יעקב ואבני שוהם


צ"ל נחלת יעקב ואבני שוהם.

אבער ס'איז דא אנדערע דרוש ספרים מיטן נאמען נאות יעקב, איינס איז פון אלגאזי (נישט עה"ת), און די אנדערע איז א היינטיגער מחבר (יא עה"ת) הרה"ג ר' יעקב ווייס פון מאנסי ור"מ במתיבתא קר"י

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:02 pm
דורך shlomyg
איך האב מהר"א ט"ב אין הואיל משה איך לערן זיי איעדע וואך אבער איך האב אויך חוט המשולש אין לפע"ד קימען די אנדערע נישט צי צים חוט המשולש ,עמיצער האלט מיט מיר? איך זיך נאך אזעלכע ווי חוט המשולש (מיטן הואיל משה קען איך כמעט אלע זיינע יסודות)

האט עמיצער דעם ברכות התורה? איך בין נייגעריג אויב ער ארבייט אויף א חלק ב'

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:09 pm
דורך shlomyg
בד"וו דער ספר חוט המשולש איז שיין איבערגעדריקט פין הרב לעבעוויטש , ר' יצחק'ס זין
ווי ער איז הערליך מרחיב בדיבור די אלטע דרוק איז מורא'דיג בקיצור אין פיל מיט וכו' אין וגו' אין מלא ראשי תיבות

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:26 pm
דורך שעפטל
ספר "עמק הברכה" פון הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א, מגי"ש ומרביץ תורה אין קר"י, איז לעצטענס זייער אויפגעכאפט. האלט שוין ביי 6 בענדער. א גאר אינטערסאנטע וועג אין דרוש.

יעדע וואך נעמט ער מערערע סוגיות פון די גמ' וואס איז געבויעט אויף א פסוק פון די סדרה און חוץ די שילוב שמועסט ער אויס שיטות איבער די נושא

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 3:28 pm
דורך smartinof
די "עיר גבורים" פונע'ם כלי יקר האסטו שוין געזען?