ווער באקומט מער שכר?
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ווער באקומט מער שכר?
איך עפן דעם אשכול, אין ליכט פון עטליכע אנדערע אשכולות, און פון מחשבות וועלכע איך טראכט שוין יארן...
למשל, דא אין דעם אשכול זעה מיר אז מען איז דזשעלעס אויף ערליכע אידן, וועלכע לעבן אין זייערע ד' אמות של הלכה, אבער כדרכו של תורה, זה בונה וזה סותר, אנדערע פרעגן אים אפ און גלייכן ליבערשט צו זיין מעורב בין הבריות ובחיי העולם הזה, טראץ דעם וואס מען דארף זיך שווערער ראנגלען מיטן יצר, און גלייך דערויף ענטפערט מען אים אפ אז אדרבה, כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, וכו', עיי"ש.
לאמיר זעהן, רבותי. ווער גייט באקומען מער שכר אויף יענער וועלט, די תורה אידן וועלכע זענען אין ביהמ"ד און ווייקן זיך בדביקות בה', אדער די פשוט'ע נהנה-מיגיע-כפו אידן?
איך וועל נעמען א משל. ווער גייט באקומען א גרעסערע עולם הבא, איך, אדער דער הייליגער בארדיטשוב'ער?..
און לאמיר זיך מסביר זיין -
מען האט אמאל פארציילט פארן הייליגן קדושת לוי זי"ע אז אינעם געגנט געפינט זיך א פריץ וועלכער געניסט פון אלע תאוות עוה"ז, אן קיין שום אפהאלט. לדוגמא, ער גלייכט זייער צו גליטשן אויף די שניי מיט א שליטן, איז זומער ווען עס איז נישטא קיין שניי, קויפט ער איין ריזיגע בערג מיט צוקער כדי ער זאל קענען דערויף גליטשן וויפיל זיין הארץ גלוסט... דער בארדיטשוב'ער צדיק הערט זיך צו, און גיט א פרעג, און "חנוכה ליכט" האט ער שוין אמאל געצינדן?
נעמליך, דער הייליגער בארדיטשוב'ער האט געשפירט א בעסערן טעם אין די חנוכה ליכט פי כמה ווי דער פריץ אין אלע זיינע תאוות גשמיים.
עס איז אויך באקאנט פונעם בארדיטשוב'ער אז די ערשטע נאכט סוכות האט ער נישט געקענט שלאפן פאר גרויס התרגשות און עקסייטמענט פאר די מצווה פון אתרוג בענטשן, און האט צובראכן די גלאז פון זיין שאנק ביים וועלן ארויסענעמען דעם אתרוג... און מוצאי יו"ט האט ער ווייטער נישט געקענט שלאפן, ער איז געווען מלא התרגשות צו לייגן תפלין אויפצומארגענס, וועלכע ער האט שוין נישט געלייגט במשך דעם גאנצן יו"ט.
אזוי אויך אנדערע צדיקים, וועלכע האבן זוכה געווען צו דעם "עולמך תראה בחייך", און צום "שכר מצוה מצוה", און געפילט א צוקער-זיסן טעם אין עבודת ה', און אין א בלאט גמרא, זיי האבן זיך פשוט נישט געקענט אפרייסן פון תורה ומצוות, "מתוקים מדבש ונופת צופים" איז געווען א רעאליטי. ס'איז אויך ידוע ווי ערליכע אידן האבן זיך נישט געקענט שיידן פון דער סוכה, עד כדי כך, אז איינמאל זענען א קבוצה אידן געבליבן דערין און זענען בדרך נס אוועקגעפלויגן צו א ווארימע פלאץ.
אודאי איז עס נישט אנגעקומען גרינג פאר זיי, זיי האבן געהארעוועט דערויף, דער הייליגער קאמארנער שרייבט אז ווען ער האט געלערנט אין אנהויב האט ער געשפירט "אלף פעמים טעם מיתה"!!, אבער עווענטועל האבן זיי דאס אדורכגעבראכן, און אנגעקומען צום להתענג על ה', לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו, אויף א אופן וואס מיר קענען קוים משיג זיין.
יא, און איך. איך - און נאך טויזענטער אידן אינאיינעם - האלט נאך ביים סאמע אנהויב, און שפיר נאך א טעם מיתה ביי יעדע מצוה. ווען נישט איך מוז צינדן חנוכה ליכט, וואלט איך עס נישט געטון. איך האב נישט קיין שום תאווה דערצו, און נאכן צינדן קוק איך כסדר אויפן זייגער ווען די האלבע שעה ענדיגט זיך... און איך וואלט אזוי אויך נישט געשאקעלט אתרוג, און נישט געשלאפן אין די קאלטע אדער הייסע סוכה. איך שפיר נישט קיין שום געהויבענע הרגש דערין (בושתי ונכלמתי, אבער פאקט איז פאקט). אבער איך טו עס יא, פשוט צו מקיים זיין די מצוות וועלכע איך בין באפוילן, אדער כדי לקיים "ועשית ככל אשר יורוך".
אצינד, קומען די 2 אידן ארויף אויפן עולם העליון. איינער האט אפגעלעבט א לעבן ווי עס ברויך צו זיין, (א רז"ל פילאפף למשל). און איך שטיי אין דער זייט פארשעמט, ווי אזוי מיין לעבן האט אויסגעקוקט, כ'האב א גאנצע "טובה געטון" דעם רבש"ע מיט מיינע מצווה'לעך, פול מיט מחשבות זרות...
אבער דאן בליצט אויף א געדאנק אין מיין מחשבה. חז"ל לערנען אונז, "לפום צערא אגרא". ווי מער מען מוטשעט זיך, אלס מער שכר באקומט מען! אין אבות דרבי נתן ברענגט ער "אחד בצער ממאה שלא בצער", כידוע. איין מאל אויפשטיין אויסגעמוטשעט צו סוף זמן קר"ש, איז הונדערט מאל חשוב'ער ווי עסן פיש מיט קאטשעניו לכבוד שב"ק. קומט אויס אז איין מצוה'לע פון מיר, איז פיל מער חשוב ווי די מצוות פון די צדיקים וועלכע האבן פשוט ליטערעלי געהאט א תאווה דערצו!
איז למעשה אונטערשטע שורה, ווער באקומט מער שכר??

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 624
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:אדרבה, קלאר מיר אויס!
אגב, פריינדליך, מיר האבן זיך געבענקט נאך דיר!
viewtopic.php?p=49959#p49959
קודם א ייש"כ,
++++
זר זהב האט עס אביסל מסביר געווען, און מען קען עס שריייבן דערפון אויף אזויפיל מהלכים,
אבער די נקודה וואס האט זר האט ארויסגעברענט פארשטייסטו מן הסתם, עס איז נישט קיין 1 סייז פיט פאר אלל.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
sunbar האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב קאווע שטיבל וועט זייו אוועילעבל. וועלכע פילטער לאזט עס דורך?
אויף יענע וועלט דארף מען נישט קיין פילטער, דער יצה"ר עקזיסטירט נישט דארט...
פריינדליך, ווי אזוי טייטשטו אפ פאר דיינע קינדער "לפום צערא אגרא".
****
מענין לענין.
די וועלט זאגט אז ס'איז גרינגער צו שטארבן על קידוש ה' ווי צו לעבן על קידוש השם.
ווען מען הרג'עט א מענטש אויף קידוש ה', נעמט עס געציילטע סעקונדען, און אלעס איז אווער. ער איז מזומן לחיי העוה"ב אן קיין שאלות.
משא"כ לעבן אויף קידוש השם, נעמט כוחות עצומות און מלחמת היצר צענדליגער יארן.
איז מיר אויך שווער געווען די קשיא, דער וואס שטארבט אויף קידוש ה', קען זיין א פראסטער פויער, אפגעלעבט א פשוט'ן לעבן (אין בעסטן פאל),
אבער וויבאלד ער האט אוועקגעגעבן אפאר סעקונדעס, איז ער לאקי... יש קונה עולמו בשעה...
משא"כ איך, וואס איך פלאג זיך טאג-טעגליך, און עס קומט מיר אן פיל שווערער ווי זיך לאזן שיסן פאר קידוש ה', בין גארנישט אזוי לאקי?
יש קונה עולמו בשעה אחת... הייסט עס, דאס איז פשוט מזל?
(עס איז באקאנט וואס די ספרים טייטשן אויף בלעמ'ס ווערטער "תמות נפשי מות ישרים", שטארבן איז גרינג, אבער נישט לעבן)
גראדע אין פלא יועץ שרייבט ער אז אין הכי נמי, אויב איז שווערער צו לעבן ווי צו שטארבן באקומט מען טאקע מער שכר. לפום צערא אגרא.
אבער סיי ווי אזוי, איך בין גוט צומישט.........
וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
לאמיך צולייגן נאך א נקודה צו מיין חקירה:
עס מאכט זיך, און א גרויסער נגיד גייט פון דער וועלט. (א משל, הרב דונער וועלכער איז אוועק אין ענגלאנד א יאר-צוויי צוריק). ער האט געטיילט סכומים אדירים פאר צדקה, ממש עולם חסד יבנה, געבויעט וועלטן מיט זיינע צדקות, ארויסגעהאלפן מוסדות לערנען תורה, אלמנות און יתומים, הכנסת כלה, און אן א שיעור אנדערע צוועקן און צובראכענע אידן. יעדער איז ארויס פון זיין שטוב מיט א שמייכל אויפן פנים און א סכום הגון אין די קעשענע. בקיצור, מיליאנען דאלער איז געווארן אויסגעטיילט!
קען איינער שאצן זיין שכר בעוה"ב? ס'איז דאך והקרן קיימת לו לעולם הבא... נאך זיין פטירה קלאגט מען אן אויפהער, און טייכן טינט ווערן פארגאסן אין די צייטונגען צו באשרייבן די גרויסע אבידה וועלכע מיר האבן פארלוירן....
מצד שני, שטייט א פשוט'ער איד, וואס פלאגט זיך אויפן טאג טעגליכן, און ארבעט מבוקר ועד ערב צו שפייזן זיין געזונדל, און ברענגען ברויט אויפן טיש. ער האט חובות איבערן קאפ, און שוועריגקייטן מיט זיינע בעלי חובות וועלכע דרוקן אים. אבער אין ביהמ"ד קומט צו צו אים א איד, א משולח, און מיט א צובראכן הארץ רעדט ער זיך אויס אז ער דארף חתונה מאכן 2 קינדער און האט נישט גארנישט, און דער פשוט'ער איד נעמט ארויס א פינפער פון טאש - אדער אפילו נאר א דאלער - און דערלאנגט עס פארן משולח בחפץ לב, און וואונטשט אים כל טוב, ווי די הלכה פארלאנגט, והמפייסו....
ביי אונז קוקט דאס אויס ווי א קלייניגקייט. זיין היכל אין גן עדן פאר די דאלער וועט זיין הונדערטער מייל אראפציהר פון אויבנדערמאנטנ'ס עושר. וואס איז דען א דאלער אנטקעגן טויזענטער?
אבער וואס איך וויל וויסן, איז עס דען טאקע אזוי? איז אונזער באשעפער, וועלכער איז איז נישט מונה די דפים נאר די שעות און די EFFORT וואס א מענטש לייגט אריין, און ער באוויליגט די טויבעלע פונעם ארעמאן'ס קרבן פונקט ווי דעם עושר'ס טייערן פעטן אקס, צי האט דער באשעפער די זעלבע חשבונות ווי אונז?
ביי אונז באקומט דער עושר כבוד מלכים. ער איז אורח הכבוד. ער באקומט פול-פעידזש מזל טוב'ס און דאנק בריוון אין אלע צייטונגען. ס'טייטש, ער העלפט דאך ארויס אזויפיל אידן, עפעס א מורא'דיגע חשיבות, ער האט שכל וואס צו טון מיט זיין געלט... איי פון הונדערט מיליאן האט ער קוים געטיילט מעשר, אפשר צען מיליאן? די חשבונות געהער נישט פאר אונז. צען מיליאן איז נישט אוועקצומאכן כלאחר יד.
אבער דער פשוט'ער איד, פארנעמט נישט קיין חשיבות ביי אונז מענטשן. ער איז נישט מער ווי נאך א מענטש צווישן די אנדערע ביליאנען. הגם דער דאלער וואס ער טיילט קומט אים אן שווערער ווי די עשרת אלפים פונעם עושר.
אבער אין הימל איז דאך "עליונים למטה ותחתונים למעלה", דארט האט מען דעם ריכטיגן בליק, און "אין הקב"ה מונה הדפים אלא השעות" כנ"ל, צי וועט נישט דער פשוט'ער איד מיטן דאלער באקומען מער שכר ווי דער עושר?

- ידיד השטיבל
- הודעות: 184
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 am
- האט שוין געלייקט: 145 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
ס'שטייט פון בעל התניא זי"ע, אז דאס וואס מ'פירט א געשמאק אין תורה ומצות נעמט נישט אוועק פון די שכר, ווייל דאס אנצוקומען האט מען אויכעט געדארפט הארעווען, דעריבער איז מסתבר אז אפילו די וואס געפינען געשמאק אין מצוות באקומען הויפענעס דערפאר...
ווידעראום צווישען ארבייטערס איז אויכעט דא פארשידענס, כ'האב געהערט פון א מגיד מישרים: אן ארבעטער וואס שטייט אויף פארטאגס אריינצוכאפען א שיעור תורה, נאך די ארבעט אי ער טועם און דערנאך כאפט נאך א שיעור, און אויפ'ן וועג עט'ער הערען א תורה סידי, איז זיין ארבייט אויכעט תורה, אדער גייט איינער וואס גייט אין זיי פרייע צייט פארטיילען פעקלעך פאר אידען, אדער פירען אידען אין שפיטעלער, איז זיין גאנצע טאג מצוות, אויכעט ווען ר'ארבעט, אבער איינער וואס אין פרייע צייט קלעטערט ער אין די וויסטענישען, ווי די געבעכץ, (זיצט אין קאווע שטיבעל שטענדיג), אדער אויף אנדערע פארוויילונגען, דאן ווערט נישט זיין גאנצע טאג פאררעכענט ווי תורה...
מ'דערציילט, אז מרן הגה"ק הויואל משה מסאטמאר זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט "איך בין מקנא דעם ארבעטארער, גדול הנהנה מיגיע כפו יותר מירא שמים", ווען דער רבי איז ארויס האט זיך איינער פון די מקורבים אנגערופען, "ווער איז אונז דען גרעסער ווי דער רבי, און דער רבי האט אפגעלאזט אלע חיי שעה און איז נאר עוסק בתורה ועבודה, זעט אויס אז דער רבי האט אויכעט געהאלטען אז זיצען און לערנען איז חשוב'ער" ...

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 141
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל
די שמועס דערמאנט מיך וואס מיין מלמד האט פארציילט אלס קינד,
בכה רבי יש קונה עולמו בשעה אחת,
מילא פארלירען בשעה אחת פארשטייט מען רבי'ס געוויין,אבער אז מקען קונה זיין עולם הבא בשעה אחת דארף מען דאך זיין פרייליך,וואס איז דאס געוויין?
פארציילט האט ער א לאנגע מעשה מיט א בעל העגלה וואס האט זוכה געווען בשעה אחת עולם הבא,אבער די נקודה איז געווען אז דאס געוויין איז געוועזען וויזוי זיין(לערנען האט ער דאך נישט געקענט) עולם הבא האט אויסגעזען...א הערליך אויסגעפלאסטערטע זעקס ליניע ראוד, מיט א אויג פארכאפענדע פאנארמיע ארום,א גאלדענע קארעטע איינגעשפאנט צו פיר ווייסע פערד,
און אויף דעם האט רבי געוויינט,

- boxcover
- ידיד ותיק
- הודעות: 741
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
- האט שוין געלייקט: 1983 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל
זר זהב האט געשריבן:פריינדטליך, איך בין אבער נישט זיכער צו איך מאך סענס... אויף יענער וועלט גייען ארויף בלויז אונזערע נשמות, די גופניות'דיגע תאוות בלייבן נישט, און אפשר (זיכער) דארט וועלן אונזערע נשמות קרעיווען פאר א ספרים שטוב. ודו"ק.
דאס איז סותר די מעשה:
זר זהב האט געשריבן:א לאנגע מעשה מיט א בעל העגלה וואס האט זוכה געווען בשעה אחת עולם הבא,אבער די נקודה איז געווען אז דאס געוויין איז געוועזען וויזוי זיין(לערנען האט ער דאך נישט געקענט) עולם הבא האט אויסגעזען...א הערליך אויסגעפלאסטערטע זעקס ליניע ראוד, מיט א אויג פארכאפענדע פאנארמיע ארום,א גאלדענע קארעטע איינגעשפאנט צו פיר ווייסע פערד,
- boxcover
- ידיד ותיק
- הודעות: 741
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
- האט שוין געלייקט: 1983 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל
יש קונה עולמו בשעה אחת
שמעקעדיג האט געשריבן:איז מיר אויך שווער געווען די קשיא, דער וואס שטארבט אויף קידוש ה', קען זיין א פראסטער פויער, אפגעלעבט א פשוט'ן לעבן (אין בעסטן פאל),
אבער וויבאלד ער האט אוועקגעגעבן אפאר סעקונדעס, איז ער לאקי... יש קונה עולמו בשעה...
משא"כ איך, וואס איך פלאג זיך טאג-טעגליך, און עס קומט מיר אן פיל שווערער ווי זיך לאזן שיסן פאר קידוש ה', בין גארנישט אזוי לאקי?
יש קונה עולמו בשעה אחת... הייסט עס, דאס איז פשוט מזל?
ע"פ כמה ראשונים איז די גאנצע תפקיד פון די בריאה און פון א מענטש'ס לעבען לידע שיש אלוה, ליחדו, לאהבו, ליראה ממנו, לקדש שמו, שלא לחלל שמו וכו'. ממילא ווען דו פראקטירסט די 613, איז דאס נאר די מהלך צו די מחוז חפצו. ווידער אז ס'קומט א פאל (אָריגין: אולי מזל) פון קידוש או חילול, און ער נעמט די קידוש, איז ער כמו יוצא חובתו בשע אחת, כנ"ל.