בלאט 1 פון 1

קמחא דפסחא משמחי לב

נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 3:34 pm
דורך שרייבער
האט מיר איינער דערציילט לעצטענס אז משמחי לב פארקויפט מצות פאר אלע שיכטן און קרייזן פאר נויטבאדערפטישע משפחות וואס קענען עפעס צאלן אבער נישט די גאנצע, פארקויפן זיי פאר ממש העלפט פרייז א פונט

ווייסט איינער צו וועם מען דארף זיך מעלדן?

Re: קמחא דפסחא משמחי לב

נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 3:56 pm
דורך יידל
איז נישט משמחי לב אן ארץ ישראל'דיגער ארגאנעזאציע?

Re: קמחא דפסחא משמחי לב

נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2012 10:59 am
דורך קאווע טרינקער
פאר אלע שיכטן און קרייזן

נישט אלע..
פאר די מיעוטא דמיעוטא פון כלל ישראל וואס עסען נישט די אלגעמיינע מצות, והבן

Re: קמחא דפסחא משמחי לב

נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2012 12:22 pm
דורך amechiya
קאווע טרינקער האט געשריבן:
פאר אלע שיכטן און קרייזן

נישט אלע..
פאר די מיעוטא דמיעוטא פון כלל ישראל וואס עסען נישט די אלגעמיינע מצות, והבן

פאר די מיעוטא דמיעוטא פון כלל ישראל וואס זענען נאך שומרי תו"מ

Re: קמחא דפסחא משמחי לב

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2012 10:51 am
דורך קאווע טרינקער
איי, פארשטייסט מיר נישט.
א מיעוט כלל ישראל זענען שומרי תורה ומצוות
פון דעם איז דא א מיעוט וואס מטעם כמוס זענען זיי מעדיף האנד מצות איבער מאשין מצות.
דאס רופט זיך אין לשון הקודש "מיעוטא דמיעוטא".
ולזה כוונתי, והבן.

Re: קמחא דפסחא משמחי לב

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2012 11:03 am
דורך ידען
פאר די וואס ווייסן נישט רוב כלל ישראל עסן מאשין מצה וואס איז לויט פילע פוסקים מער מהודר ווי האנד מצות, און האבן היינט אפי׳ השגחת הבד״ץ עדה החרדית.

א קליינע טייל ערליכע אידן זען אין מאשין מצות אלס ממש חמץ גמור.

דער דברי חיים זצ״ל האט צווישן די סיבות צום אסרן מאשין מצות אנגעגעבן א טעם כמוס פארן איסור, וואס אז מ׳ווייסט נישט דעם טעם זיינעם איז דאך נישט שייך צו קומען שפעטער און זיך מפלפל זיין.

עס איז אן אריכות און איך לאז די אנדערע ידענים ווייטער ציען דעם שמועס.

Re: קמחא דפסחא משמחי לב

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2012 11:13 am
דורך קאווע טרינקער
וויאזוי האט יענער געזאגט?
די רבי האט א טעם כמוס פארוואס נישט צו טראגן מיט'ן עירוב
און איך האב א טעם כמוס פארוואס יא צו טראגן מיט'ן עירוב.
איז שייך דן צו זיין ווער איז איבער ווער?

נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 3:09 pm
דורך ליפא
כאילו דו עסט מאשין מצות... קאל שנעל יענע נומבער

נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 3:49 pm
דורך אישתישבי
דברי חיים איז נישט א יחידאי.

נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 3:50 pm
דורך איש את רעהו
המלוכה והממשלה האט געשריבן:גראדע עס איך מאשין מצות חול המועד


פשששש, אזוי גרויס צו זיין ? כהאב זיך נישט געראכטן אויף אזוי קלוג, ווי נעמט טאקע אזא געשוואלענע מוח


[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] פארוואס איז מען ביי אייך טאקע אזוי מדקדק אויף די האנט מצות, ענק קומען עטליכע שעה זיך צו שלעפן קיין בראדוועי און צאלן ביטער טייערע פרייזן פאר די מצה, אויף וואס איז ענקער צוגאנג צו מצה אוועקגעשטעלט?