בלאט 1 פון 1

איבריגע ווערטער

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 3:53 pm
דורך ציבעלע-קיגל
עס זענען דא אסאך זאכען וואס מען זאגט וואס איז איבריג מען רעדט מיט א דאפעלטע לשון, ווי למשל...

עס שטייט אין די "הייליגע" ספרים "הקדושים"

ברענג אריין די "מים" אחרונים "וואסער"

רוב "רבנים" זענען "גנבים"

די יארמער רב שליט"א לייגט צי... "אונגארישער" "נער"...

( במחילת כבודכם... מיין שכן האט מיר היינט געגעב'ן נאך צוויי גוטע... סקווערע בהמה... אדער מאנראו'ער שייגאץ...)

ווער ווייסט נאך?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:00 pm
דורך שעפטל
א "גוט" יום "טוב"

(אין מונקאטש מיינעך זאגט מען טאקע נאר "יום טוב! יום טוב!)

פערצופאל אמאל געהערט א שיין ווארט איבער דעם... יום טוב איז סייוויי, אבער ליידער אסאך מאל צושטערט, וואונטשט מען טאקע ס'זאל זיין א "גוט" יום טוב

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:01 pm
דורך שעפטל
"לייענען" "קריאת" שמע

(טאקע דא אסאך וואס זאגן "ליין שמע)

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:27 pm
דורך זר זהב
דוד המלך זאגט אין תהילים. וואו דען זאגט ער?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:02 am
דורך העלא
דוד המלך האט געזאגט סתם אזוי אויך, שטייט דען נישט אין נביא וידבר דוד?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:02 pm
דורך דולה ומשקה
זעהט אויס אז דער המון עם נוצט נישט סתם אזוי איבריגע ווערטער, נאר אויף געציילטע זאכען.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:39 pm
דורך איך אויך
שעפטל האט געשריבן:א "גוט" יום "טוב"

(אין מונקאטש מיינעך זאגט מען טאקע נאר "יום טוב! יום טוב!)

פערצופאל אמאל געהערט א שיין ווארט איבער דעם... יום טוב איז סייוויי, אבער ליידער אסאך מאל צושטערט, וואונטשט מען טאקע ס'זאל זיין א "גוט" יום טוב

מים אחרונים וואסער
גוט יום טוב
און אונגארישער נער
זענען טאקע פונעם מנחת אלעזר.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:49 pm
דורך העלא
די דברי יואל האט געזאגט אז די סיבה פארוואס מ'זאג "גוט יום טוב"

ווייל תשעה באב ווערט אויך אנגערופן יום טוב "קרא עלי מועד לשבור בחורי, אבער עס איז נישט גוט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:51 pm
דורך זר זהב
העלא האט געשריבן:די דברי יואל האט געזאגט אז די סיבה פארוואס מ'זאג "גוט יום טוב"

ווייל תשעה באב ווערט אויך אנגערופן יום טוב "קרא עלי מועד לשבור בחורי, אבער עס איז נישט גוט

אקעי פון היינט און ווייטער ווען מיר וועלן זיך טרעפן אום טישע באב וועלעך דיר זאגן פלעין "יום טוב"

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:24 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:ווען מיר וועלן זיך טרעפן אום טישע באב וועלעך דיר זאגן פלעין "יום טוב"

מיינסט "טישע באוו", ריכטיג?
אוי, די זשאוק הייבט אן צו וועפן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:03 am
דורך קאוקאנט
זר זהב האט געשריבן:דוד המלך זאגט אין תהילים. וואו דען זאגט ער?


והוא הדין ביי דעם לאוזונג: "ער האט געוויינט מיט טרערן פון די אויגן!"
וואס? מיט טרערן פון ממש די אויגן? פון וואו דען?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:17 am
דורך berlbalaguleh
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:עס זענען דא אסאך זאכען וואס מען זאגט וואס איז איבריג מען רעדט מיט א דאפעלטע לשון, ווי למשל...

עס שטייט אין די "הייליגע" ספרים "הקדושים"

ברענג אריין די "מים" אחרונים "וואסער"

רוב "רבנים" זענען "גנבים"

די יארמער רב שליט"א לייגט צי... "אונגארישער" "נער"...

( במחילת כבודכם... מיין שכן האט מיר היינט געגעב'ן נאך צוויי גוטע... סקווערע בהמה... אדער מאנראו'ער שייגאץ...)

ווער ווייסט נאך?

ס'האט מיך אמאל געפרעגט א איד. וויפיל אזייגער איז תקיעת שופר בלאזן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:20 am
דורך berlbalaguleh
שעפטל האט געשריבן:"לייענען" "קריאת" שמע

(טאקע דא אסאך וואס זאגן "ליין שמע)

דערפאר זאג מער אינז קרישמע ליינען.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 1:23 pm
דורך ציבעלע-קיגל
דא האב איך געפונען נאך איינס

"כשרה" "מאגאזינען"
viewtopic.php?f=4&t=646