בלאט 1 פון 2

אל תביאני רגל גאווה

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 7:43 pm
דורך זר זהב
[center]איך בין נישט שולדיג אז די נומערן פון מיינע טעגיוועס הערן נישט אויף צו לויפן
ליידער האב איך נישט קיין דזשאב כדרך כל הארץ, און אויך נישט קיין שיעורי

תורה מיט וואס אנצופילן דעם טאג
בלית ברירה זיץ איך אין שטיבל און שרייב
יעדער איינער אין מיין מצב וואלט אנגעקומען צו דעם מספר
איך קען דאס נישט קאנטראלירן און איך זוך דאס בכלל נישט
יאך קוק דען אויס ווי עפעס א קינד וואס דארף אטאנציאן?
נאריש איז עס נאכצולויפן און מאכן א נומער פאר א ציהל
ווען מ'באקומט סיי ווי גארנישט דערפאר

ריכטיג איז ארויפקוקן די וואס זענען מקיים דעם מעט הכמות ורב האיכות
געלונגענע תוכנ'דיגע לערנבארדיגע אינפארמאטיווע תגובות גייען
לאו דווקא {און טאקע עפי"ר נישט!) צוזאמען מיט "אסאך" תגובות

געבענטשט זאל זיין קאווע שטיבל וואס געט
א פלאטפארמע פאר מיינע בויך דרייענישן
וואויל פאר אלע וואס לייקן מיר, און
וואויל פאר ענק אלע וואס פייטן מיר (אין צימעס...)
הערטס מיר אלע ביטע זייט מוחל צו, איך בין אנגעקומען צו:

4000[/center]
[center]!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!![/center]

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 8:57 pm
דורך געפילטע פיש
אזא ארבעט! זאג, ווי לאנג האסטו געארבעט אויף די קאלירן? מ'זעט אז דו האסט אריינגעלייגט דערין שעות הארוואניע... ;)

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 9:09 pm
דורך דעינעש
אוודאי. דאס איז שוין מעט הכמות ורב האיכות שטאפל.
אין מיט הארוואניע.

עמיר וואונטשן אויך אז ה' זאל אייך באשערען כל טוב, ובדרך כבוד.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:05 pm
דורך חאצקל
זר, איך האב נישט געוויסט אז דו ביסט אזוי טאלאנטעד, איך נעם דיר שוין אויף אלס ארבעטער אין מיין אפיס...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:19 pm
דורך DotCom
זר איך האלט זאלסט דיר אריינלאזן אין גרעפיקס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:07 pm
דורך שמעקעדיג
אפשר זיך אריינלאזן אין שרייבן פאועמ'ס?
אזא טאלאנאפולער יונגערמאן, און נאך א עניו אויך דערצו, ער בעהט זיך אל תבואני רגל גאווה...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:28 pm
דורך העלא
זר, פון ליידיג גיין קען מען משוגע ווערן, דארפסט דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט א פלאץ וואו דו קענסט ארויסגעבן דיינע טאלאנטן, און שעפן סיפוק פון מענטשליכע מיינונגען אויף דיינע ווערק.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:42 am
דורך אלדד
טאלאנט!!! וואו!!!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:43 am
דורך געפילטע פיש
חברה, הייבט אן שרייבן תגובות, זהב'ל (איך רוף עם ביים לעצטן נאמען) טיילט לייקס פאר פרי!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:44 am
דורך זר זהב
:D :D

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:29 am
דורך sunbar
זר זהב:

איך ווייס נישט צו קאווע שטיבל וואלט געווען דאס וואס עס איז, ווען נישט דיר.

ווען איך זע אז קיין איין אשכול האט נישט קיין המשך, ווייס איך אז עס מוז זיין אז די שלאפסט.

אזוי אויך ווען איך דארף הילף ווי אזוי זיך צו באניצן מיט דער סייט, ווענד איך זיך צו דיר, וויסנדיג אז די וועט מיך אלעמאל קומען צו הילף...


באט עגען, קיפ יאר איגאו לאו אין פאבליק...


א גרויסע יישר כח!!!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:32 am
דורך sunbar
געפילטע פיש האט געשריבן:חברה, הייבט אן שרייבן תגובות, זהב'ל (איך רוף עם ביים לעצטן נאמען) טיילט לייקס פאר פרי!


ער האט דיר נישט געגעבן, וועל איך דיר געבן. נאדיר....

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:35 am
דורך זר זהב
איך האב אים דאך געגעבן אויף זיין ערשטע קאממענט... צופיל ווארפן מיט לייקס וועט נאר אראפברענגן די וואליו פון מיינע 'לייקס', ס'וועט אויסקוקן אזויווי די וואלוטע אין איראן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:37 am
דורך [NAMELESS]
4000!!!
דער זר איז געוואלדיג!!! נישט נאר זיין מספר תגיבות נאר אויך זיין נעמנארמאלע סענס אף יומער!!!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:39 am
דורך געפילטע פיש
sunbar האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:חברה, הייבט אן שרייבן תגובות, זהב'ל (איך רוף עם ביים לעצטן נאמען) טיילט לייקס פאר פרי!


ער האט דיר נישט געגעבן, וועל איך דיר געבן. נאדיר....

שכויעך
I felt left out.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:15 am
דורך טעפל
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 5:42 pm האב איך געשריבען:

מזל טוב זר באשעפער זאל דיר העלפען זאלסט טרעפען א גוטן דזאב און זיך מוטשענען אנקומען צום פערדען טויזנט תגובות!!!
שוין נישט געלונגען......וועל איך איבער זאגען מיט א פרישקייט :

מזל טוב זר באשעפער זאל דיר העלפען זאלסט טרעפען א גוטן דזאב און זיך מוטשענען אנקומען צום פיפטען טויזנט תגובות!!!
איך בעט דיך דיסעפוינט מיך נישט!!!!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 6:55 am
דורך gehlungen
העלא האט געשריבן:זר, פון ליידיג גיין קען מען משוגע ווערן, דארפסט דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט א פלאץ וואו דו קענסט ארויסגעבן דיינע טאלאנטן, און שעפן סיפוק פון מענטשליכע מיינונגען אויף דיינע ווערק.

That's exactly what he is writing !

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 9:19 am
דורך sunbar
הרב gehlungen:

איך זע אז איר שטייט אויף פרי. איך פארשטיי פון דעם אז די האסט ב'ה א דזשאב.

אפשר האסטו א דזשאב פאר זר'ל????

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:29 pm
דורך פיקציע
א גאלדענעם קרוין פאר זר זהב - א שיינע ארבעט געמאכט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:32 am
דורך אוי טאטי
זר, מזל טוב! ס׳איז באמת א פלעזשאר צי לייענען יעדע תגובה פון דיר!!
קיפ אפ!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:02 am
דורך זר זהב
אוי טאטי האט געשריבן:זר, מזל טוב! ס׳איז באמת א פלעזשאר צי לייענען יעדע תגובה פון דיר!!
קיפ אפ!

דו מיינסט אודאי אין צימעס...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:05 am
דורך דולה ומשקה
וואס פאר א דזשאב איז געאייניגט פאר דיר?
אדער פשוט קענסטו זיך נישט אפרייסן פון טרינקען אזוי פיל קאווע, די ביסט העוועלי עדיקטעד

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:08 am
דורך זר זהב
כ'בין גראדע גאנץ א שוואכער קאווע טרינקער