בלאט 1 פון 1

מאווי: וואו איז יואל בוים?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 7:48 pm
דורך פיקציע
אין די נאנטע טעג ווערט ערווארטעט א נייע קורצע דראמא פילם וועלכע בליקט אריין אין די חסיד'ישע פארמאכטע קאמיוניטי מיטן נאמען 'וואו איז יואל באום'.

געוויסע טיילן פון די פילם זענען רעקארדירט געווארן אין די היימישע וויליאמסבורג. די (געוועזענע שלום לאנדא'ס) רעסטוראנט אויף לי עוו. איז גענוצט געווארן בשעת'ן אפכאפן די פילם מיט עטליכע יאר צוריק, איין סצענע איז אויף הופפער סט. צווישן לי און מארסי עוו.

פערל גליק פון פאלינקא פיקטשערס וועלכע האט שוין פרודעצירט עטליכע פילמען אויף די חרדי'שע קולטור און לעבנסשטייגער ווי די קורצע דאקאמענטארי פילם דיוואן, און די דוקעמענטארי וויליאמסבורג האט געשריבן און דירעקטירט די פילם וואו איז יואל באום, און האט אריינגעלייגט אסאך לעבעדיגע ביישפילן פון די טיפישע וויליאמסבורגע משפחה, א שטייגער ווי הערן קול מבשר, ליינען דער איד און דער בלאט.

די מאוויס אפיציעלע וועבזייטל מיט א פריוויא און בילדער.
נאך א קורצע אריינבליק פון די מאווי אויף ווימעאו

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:33 pm
דורך DotCom
ס'סאונד ממש ווי קול מבשר, איז דאס טאקע ער?
איז דער בחור אלעזר טווערסקי?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:56 pm
דורך פיקציע
אוודאי איז עס נישט באמת קול מבשר, בלויז אויפגעשפילט עטוואס ענליך.
טווערסקי שפילט יואל בוים.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:24 am
דורך טעפל
אונז געדענקען נאך דעם צדיק ווען ער איז טאקע געגאנגען מיט פיאות

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:22 pm
דורך פיקציע
טעפל האט געשריבן:אונז געדענקען נאך דעם צדיק ווען ער איז טאקע געגאנגען מיט פיאות

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:30 pm
דורך העלא
JNET לאזט נישט דורף די קליפ, קען עס איינער דאונלאודן און מיר שיקן?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:39 pm
דורך גלות יוד
אה איך ווארט שוין לאנג אויף דעם, איך בין א שטיקל קרוב מיט איר איך געדענק זי האט געבעטן פון מיין ווייב בעקיטשעס מיט הוטן פאר די מאווי, נעבעך א פארבלאנזשעטע נשמה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 2:30 pm
דורך איך אויך
דער זכות זאל דיר ביישטיין.. בעט כאטשיק א פרי טיקעט עס צו זעהן.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 12:37 am
דורך נולד מאוחר
איך אויך האט געשריבן:דער זכות זאל דיר ביישטיין.. בעט כאטשיק א פרי טיקעט עס צו זעהן.

ווען און ווי גייט מען עס ווייזען?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:36 pm
דורך קאווע טרינקער
א וואונדער אז די אייניקלעך זעהן אזוי אויס?
די באבע בלאזט דאך אויס די לעכט! מ'טאר נישט!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 3:20 pm
דורך gehlungen
טעפל האט געשריבן:אונז געדענקען נאך דעם צדיק ווען ער איז טאקע געגאנגען מיט פיאות

I think his mother is sitting shiveh !

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:29 am
דורך berlbalaguleh
gehlungen האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:אונז געדענקען נאך דעם צדיק ווען ער איז טאקע געגאנגען מיט פיאות

I think his mother is sitting shiveh !

Is she still sitting? He went OTD (off the derech) a while ago.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:25 am
דורך shefele
His mother was sitting shiva because her brother passed away r'l

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 9:10 pm
דורך מים חיים
עס גייט נאך ארויסקומען 2012?