בלאט 1 פון 2
בית נאה, אשה נאה או כלים נאים
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 10:52 am
דורך דולה ומשקה
ס'באקאנט דער מאמר חז"ל בית נאה אשה נאה כלים נאים מרחיבים דעתו של אדם.
ביי געוויסע מענטשען דארפן צו קומען אז אלע דריי זאלען זיין נאה, און ערשט דעמאלס איז זיין דעת בהרחבה. וכן אז איינע איז טאקע געבענטשן אז ביי איהם זענען טאקע אלע דריי נאים ונאים אוטומאטיש איז זיין דעת מער אויס געברייטעט, ער איז מער רואיגער ווען ער קומט אהיים
אבער ביי מער ווייניגער יעדער איינער לויט זיין מהות און נאטור דארף עכ"פ אז איינע פון די דריי זאל זיין ביי איהם נאה.
ס'דא וואס ביי איהם איז טאקע דער הויז נאה, ער פארמאגט א שיינע גרויסע הויז אבער זיין אשה איז נישט נאה, אין דוקא אזא איינער דארף יא א אשה נאה בעסער ווי דער בית נאה או כלים נאים, איז ער נישט צופרידן מיט זיך היות ער האט נישט זיין אשה נאה, און טאקע ווילאנג ער האט נישדט זיין אשה איז ער נישט צופרידן פון זיין בית נאה, אין ביית איהם טאקע איז נישט מרחב דעתו.
וועלעכע פארמאגסטו און וועלעכע וואלסטו באמת געוואלט?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:00 am
דורך sunbar
זיי מרחיב וועגן כלים נאים, וועל איך קענען ענטפערן.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:24 am
דורך שמעקעדיג
קענסט דעם פשט פון מהרש"א אויף מרחיבין דעתו של אדם?
ס'איז מרחיב דעת צו זינדיגן.....
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:29 am
דורך שמעקעדיג
כלים נאים אינטרעסירט מיר נישט קיין סאך. וואטעווער איט מיענס.
איך קען עסן אין פלעסטיק טעלערס, קאפס, און פשוט'ע עסצייג.
אסאך מענטשן האבן ליב ווען מען גרייט זיי אן זייער פענצי. איך פארשטיי נישט דערצו.
א שיינע הויז קען צוהעלפן, אבער איך בין זייער ווייניג אינדערהיים, סאו ס'איז נאר שייך בעיקר שבת ויו"ט.
און א אשה נאה, אה, דאס איז זיכער א גוטע זאך, בפרט בשעת עס פעלט אויס.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:40 am
דורך sunbar
אויב אזוי, פארוואס אדווערטייזן ישיבות אז זיי שטעלן צו אלעס בהרחבת הדעת?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:09 pm
דורך העלא
כלים נאים מיינט שיינע פורניטשער וכדומה,
דאס איז זיכער אז אשה נאה (איך מיין בטבע נישט אין מראה) איז די מאוסט אימפארטענט
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:35 pm
דורך נס קאווע
אשה יראת ה' היא תתהלל - אונזער הייליג דור
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:46 pm
דורך נאך א פשט
אויב מעג איך פרעגען, וואס איז די פוינט פון די אשכול?
ווי געזאגט, פאר יעדעם איז וויכטיג עפעס אנדערש.
איז דאס פשוט polls?
וואס קומט נעקס?... האט איר בעסער ליב טשיקען סופ אדער וועטשטעבל סופ?
אבער אז מען רעדט שוין...
עס אינטערעסאנט אז מיר אלע (עכ"פ רוב יונגעלייט אין וויליאמסבורג) האבן טייערע פורניטשער [כלים נאים] אבער מען וואוינט אין קליינע פארשטיפטע דירות [בית נאה?]
ווי בצלאל האט געזאגט פאר משה רבינו "מנהגו של עולם אדם בונה בית ואחר כך מכניס לתוכו כלים ואתה אומר עשה לי ארון וכלים ומשכן?"
וואס א פשט האט די טייערע פורניטשער ווען מען וואוינט אין א קליינטשיגע דירה ווי די פורניטשער פיט כמעט נישט אריין?!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:54 pm
דורך שמעקעדיג
דו טרעטסט אויף די הינער אויגן צו שטארק, פליז גייי אראפ!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:03 pm
דורך דעינעש
העלא האט געשריבן:..דאס איז זיכער אז אשה נאה (איך מיין בטבע נישט אין מראה) איז די מאוסט אימפארטענט
א לב טוב..
כ'מיין אין אבות ווערט עס שטארק באשטימט אלס וויכטיג אין דזשנערעל לייף, נישט דוקא א פרוי.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:06 pm
דורך זר זהב
נאך א פשט האט געשריבן:אבער אז מען רעדט שוין...
עס אינטערעסאנט אז מיר אלע (עכ"פ רוב יונגעלייט אין וויליאמסבורג) האבן טייערע פורניטשער [כלים נאים] אבער מען וואוינט אין קליינע פארשטיפטע דירות [בית נאה?]
ווי בצלאל האט געזאגט פאר משה רבינו "מנהגו של עולם אדם בונה בית ואחר כך מכניס לתוכו כלים ואתה אומר עשה לי ארון וכלים ומשכן?"
וואס א פשט האט די טייערע פורניטשער ווען מען וואוינט אין א קליינטשיגע דירה ווי די פורניטשער פיט כמעט נישט אריין?!
אין לעיקוואוד לייגט מען טאקע נישט קיין דגוש אויף פורניטשור
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:13 pm
דורך נאך א פשט
זר זהב האט געשריבן:נאך א פשט האט געשריבן:אבער אז מען רעדט שוין...

טענו לו בחיטים והודו לו בשעורים
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:14 pm
דורך זר זהב
איך האב דיר גארנישט "מודה" געווען.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 8:38 am
דורך נאך א פשט
איך רעד וועגן וויליאמסבורג און דו ענטפערסט מיר לעיקוואד.
השתא דאתית להכא, אין ארץ ישראל קויפט מען נאר דירות און נישט (טייערע) פורניטשער.
נישט אז איך בין מסכים מיט זייער סיסטעם, אבער מה שנוגע לענינינו....
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:24 am
דורך שמעקעדיג
איז טאקע דא איינער וואס שיינע פורניטשער איז אים "מרחיב דעתו", אז ווען ער קומט אהיים שפירט ער זיך רואיגער?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:38 am
דורך דולה ומשקה
שמעקעדיג האט געשריבן:איז טאקע דא איינער וואס שיינע פורניטשער איז אים "מרחיב דעתו", אז ווען ער קומט אהיים שפירט ער זיך רואיגער?
ס'דא וואס דארפן א גוטע שנעלע קאמפיוטער, אבער ער פארמאגט נישט אזאנס, פאר אזא איינעם איז דער שנעלע קאמפיוטער מרחיבו דעתו.
ס'לאו דוקא מעבל, ביי איינעם איז עס זיין אנגעטועכטץ, מלבושים, פאר א צווייטע איז עס די סארט בענקל אויף וואס ער זיצץ
איינער האט פיינט בתכלית השנאה דעם שטיקעל קארפאט וואס זיי פרוי האט געקויפט פאר די האלוועי, יעדעס מאהל ער זעהט עס נעמנט עס איהם ארויס פון די ראמען, ענדליך פטור געווארען דערקענט מען אויף איהם אז ער איז געווארען א אנדערע מענטש.
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:32 pm
דורך אויס מענטש
פשטות כלים נאים מיינט שיינע קליידער
אבער עס איז איז כולל אלעס וואס א מענטש באנוצט זיך
ווי מעבל
קאר
צי קאמפיוטער וכו'
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:36 pm
דורך שמעקעדיג
א קאר קען איך פארשטיין...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:42 pm
דורך Espresso
שמעקעדיג האט געשריבן:א קאר קען איך פארשטיין...
קאר יא, מעבל נישט?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:04 pm
דורך berlbalaguleh
דולה ומשקה האט געשריבן:ס'באקאנט דער מאמר חז"ל בית נאה אשה נאה כלים נאים מרחיבים דעתו של אדם.
ביי געוויסע מענטשען דארפן צו קומען אז אלע דריי זאלען זיין נאה, און ערשט דעמאלס איז זיין דעת בהרחבה. וכן אז איינע איז טאקע געבענטשן אז ביי איהם זענען טאקע אלע דריי נאים ונאים אוטומאטיש איז זיין דעת מער אויס געברייטעט, ער איז מער רואיגער ווען ער קומט אהיים
אבער ביי מער ווייניגער יעדער איינער לויט זיין מהות און נאטור דארף עכ"פ אז איינע פון די דריי זאל זיין ביי איהם נאה.
ס'דא וואס ביי איהם איז טאקע דער הויז נאה, ער פארמאגט א שיינע גרויסע הויז אבער זיין אשה איז נישט נאה, אין דוקא אזא איינער דארף יא א אשה נאה בעסער ווי דער בית נאה או כלים נאים, איז ער נישט צופרידן מיט זיך היות ער האט נישט זיין אשה נאה, און טאקע ווילאנג ער האט נישדט זיין אשה איז ער נישט צופרידן פון זיין בית נאה, אין ביית איהם טאקע איז נישט מרחב דעתו.
וועלעכע פארמאגסטו און וועלעכע וואלסטו באמת געוואלט?
די אלטע (אריגינעלע, ירושלימ'ער) אידישע ליכט האט געברענגט א מעשה פון א יונגערמאן וואס האט באנקראטירט צוליב זיינע חובות. ער האט זיך באקלאגט אז נאכ'ן באנקראטירן האט איהם זיין ווייב גע'גט. אלעס צוליב די חובות. האט ער געלערנט פשט אין די גמרא אזוי. ג' דברים מחריבין דעתו של אדם. דרייא זאכן מאכן חרוב א מענטש. אשה נאה בית נאה וכלים נאים. די אשה נאה פארלאנגט א בית נאה און כלים נאים וואס ער קען נישט אפארד'ן. דאס מאכט איהם חרוב.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:07 pm
דורך berlbalaguleh
נ.ב.: צו מיין פריערדיגע תגובה. ס'איז נאך דאמאלס נישט געווען די היימישע קאר ליעסינג קאמפאניס.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:19 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:נאך א פשט האט געשריבן:אבער אז מען רעדט שוין...
עס אינטערעסאנט אז מיר אלע (עכ"פ רוב יונגעלייט אין וויליאמסבורג) האבן טייערע פורניטשער [כלים נאים] אבער מען וואוינט אין קליינע פארשטיפטע דירות [בית נאה?]
ווי בצלאל האט געזאגט פאר משה רבינו "מנהגו של עולם אדם בונה בית ואחר כך מכניס לתוכו כלים ואתה אומר עשה לי ארון וכלים ומשכן?"
וואס א פשט האט די טייערע פורניטשער ווען מען וואוינט אין א קליינטשיגע דירה ווי די פורניטשער פיט כמעט נישט אריין?!
אין לעיקוואוד לייגט מען טאקע נישט קיין דגוש אויף פורניטשור
דארט לייגט מען נישט קיין דגוש אויף א סאך אנדערע עולם הזה'דיגע זאכן אויך.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 5:14 pm
דורך איך אויך
berlbalaguleh האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:נאך א פשט האט געשריבן:אבער אז מען רעדט שוין...
עס אינטערעסאנט אז מיר אלע (עכ"פ רוב יונגעלייט אין וויליאמסבורג) האבן טייערע פורניטשער [כלים נאים] אבער מען וואוינט אין קליינע פארשטיפטע דירות [בית נאה?]
ווי בצלאל האט געזאגט פאר משה רבינו "מנהגו של עולם אדם בונה בית ואחר כך מכניס לתוכו כלים ואתה אומר עשה לי ארון וכלים ומשכן?"
וואס א פשט האט די טייערע פורניטשער ווען מען וואוינט אין א קליינטשיגע דירה ווי די פורניטשער פיט כמעט נישט אריין?!
אין לעיקוואוד לייגט מען טאקע נישט קיין דגוש אויף פורניטשור
דארט לייגט מען נישט קיין דגוש אויף א סאך אנדערע עולם הזה'דיגע זאכן אויך.
אסאך וואסער איז שוין געפלאסען אינעם האדסען ריווער זייט דעמאלס.